צוויי אידן דריי דיעות - שטימען קנעפל

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צוויי אידן דריי דיעות - שטימען קנעפל

די וואלן האבן זיך געשלאסן זונטאג מארטש 03, 2024 2:10 pm

אפסטעיט
30
48%
ברוקלין
32
52%
סך הכל שטימען: 62

אוועטאר
טאמעוואטע
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 11:09 pm

צוויי אידן דריי דיעות - שטימען קנעפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאמעוואטע »

פארוועם האט איר געשטימט?
איי (דער) וועלט איז א שטילער ניק , און דער עיקר נישט דערקענען זיך... https://drive.google.com/file/d/14NxYOv ... ?usp=gmail
עטרת חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3449
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:59 pm
לאקאציע:קרית יואל יצ"ו

Re: צוויי אידן דריי דיעות - שטימען קנעפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת חיים »

טאמעוואטע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 2:10 pm
פארוועם האט איר געשטימט?
איך האב געשטימט פאר אפסטעיט צוליב די פאלגענדע סיבות..
עטרת חיים האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 2:12 pm
בנוגע סיטי אדער אפסטעיט

קודם איז דאך קלאר וואס די גמרא זאגט, חן עיר על יושביה, דער אייבירשטער מיט זיין גרויס חסד האט אריינגעגעבן אז יעדער זאל ליב האבן די פלאץ ווי מ'וואוינט

ווידעראום זאגט די גמרא די פאלגענדע
ישיבת כרכים קשה: זאגט רש''י "שהכרך הוא מקום שווקים והיוקר מצוי בו, ודוחק עוברים ושבים" קידושין מט:
ישיבת כרכים קשה: זאגט רש"י שהכל מתישבים שם ודוחקים ומקרבין הבתים זו לזו ואין שם אויר אבל בעיר קטנה יש גנות ופרדסים סמוכים לבתים ואוירם יפה. גמרא כתובות קי:

דאס איז קלאר אז מ'זעהט אידן פון ברוקלין וואס קענען זיך ערלויבן (און אויך ווער נישט..) האבן א סעקאנד האום און אפסטעיט. ווי דארט גייען זיי פאר זומער, שבתים, ימים טובים.
האסטו שוין געזעהן איינער וואס וואוינט און אפסטעיט זאל האבן א סעקאנד האום און ברוקלין ווי ער גייט פאר וועקעישאן? הרב ברוין, קענסטו א איד וואס פארט קיין ברוקלין אויף וועקעישאן "צו ענדזשויען די גערודער מיט די טרעפיק"?
אפילו גרויסע עשירים וואס קענען זיך ערלויבן אסאך וועלן נישט גיין קיין ברוקלין אויף וועקעישאן.

ס'איז דא היפש אביסל גאר פארמעגליכע אידן וואס קענען רואיג זיך ערלויבן א הויז און ברוקלין אבער זיי באשליסן צו מופן קיין מאנסי אדער קרית יואל, אויף דעם קענסטו אויך זאגן אז "זיי האבן נישט קיין ברירה"? זיי האבן קלאר די ברירה
ווידעראום, האסטו שוין געזעהן א איד פון אפסטעיט וואס איז נתעשר געווארן זאל זיך אריבערצוען קיין ברוקלין? אויב מופט מען נאר בלית ברירה פארוואס זעהט מען נישט אזא מציאות??

דאס איז קלאר אז די סיטי איז א פלאץ ווי ס'טוט זיך אייביג א מצב, מענטשן גייען און קומען, אבער איז דאס א גוטע זאך פאר עבודת השם? העלפט דאס מיט הרחבת הדעת? מ'זעהט ווי אלע חסידישע רבי'ס פונעם בעל שם טוב ותלמדיו האבן געדינט דעם אייבירשטן און די פעלדער און וועלדער.

מ'זעהט אז די צדיקים פונעם לעצטן דור האבן אויפגעשטעלט שטעטלעך ארויס פון די רוישיגע שטאט, א שטייגער ווי קרית יואל, סקווירא, טאהש, קאשוי, נייטרא, קרית יטב לב, וויזניץ גיבערס. אנטשולדיגט אויב כ'האב אויסגעלאזט איינעם
מילא, דאס איז קלאר אז אויף עבודת השם איז בעסער פארן קאפ, פארן מח צו וואוינען און אפסטעיט.
קאנוויניענט? יא דאס איז די שטאט בעסער... אבער פארדעם זענען מיר ארפגעקומען אויף דעם וועלט?
די גמרא זאגט אז א מענטש דארף באצאלן כל נכסיו נישט צו עובר זיין אויף א לאוו, דא איז פונקט די פארקערטע... וואוינען און אפסטעיט איז ביליגער און ס'איז פיל גרינגער מיטן לאוו פון ולא תתרו
viewtopic.php?p=4644114#p4644114

וְעולָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ. וְכָל הָרִשְׁעָה כֻּלָּהּ כְּעָשָׁן תִּכְלֶה . כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׁלֶת זָדון מִן הָאָרֶץ:
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - שטימען קנעפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

איך געשטימט פאר אפסטעיט נאכן וואוינען אין 2 שטעט און 2 שטעטלעך און געזעהן די מעלות און חסרונות ברוחניות ובגשמיות פון ביידע...
אוועטאר
אחד מן החבורה
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2021 10:34 pm

Re: צוויי אידן דריי דיעות - שטימען קנעפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מן החבורה »

יליד מאנסי וואוינט היינט אין ברוקלין ב"ה

געשטימט ברוקלין
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”