----
אין יאר ת"ר האבן די אידן באקומען רשות זיך צו באזעצן אין דעברעצין, די ערשטע קהלה איז געגרינדעט געווארן אין יאר תר"ד, אין יאר תר"ח האבן זיך געציילט ווייניגער ווי הונדערט אידן אין דעברעצין, אין יאר תר"נ האבן שוין געוואוינט קרוב צו צען טויזנט אידן אין דעברעצין.
אין יאר תר"ל האבן א פערטל פון די מיטגלידער פון די קהלה זיך אפגעטיילט אלץ א נעעלאגישע קהלה, די גרויסע קהלה איז אבער געבליבן שטאטוסקווא, שפעטער אין יאר תרמ"ו האבן זיך די נעעלאגן צוריקגעקערט צו די שטאטוסקווא קהלה. דעמאלס האבן זיך אפגעטיילט ניין און צוואנציג מיטגלידער פון די קהלה און געגרינדעט די ערשטע ארטאדאקסישע קהלה אין דעברעצין. דאס האט זייער וויי געטון פאר דעם אלטן רב הגאון ר' יונה בערנפעלד זצ"ל, צווישן די וואס האבן זיך אפגעטיילט און שפעטער געווארן ראש הקהל ביי די ארטאדאקסן איז געווען זיין זון ר' שמואל בערנפעלד. וואס איז געווען צוואנציג יאר ראש הקהל תרע"ח - תרצ"ח. דער בית החיים און די מקוה האבן זיי נאך גענוצט צוזאמען, שפעטער האבן זיי שוין געהאט א אייגענע מקוה.
חסידישע אידן אין דעברעצין איז דעמאלס כמעט נישט געווען בנמצא, דאס האט זיך אבער געטוישט ווען אין יאר תרנ"ד איז הגאון הקדוש ר' יהוסף הלוי ראטנבערג דעמאלסדיגער רב אין ניר מאדע, געקומען וואוינען אין דעברעצין, נאך דעם וואס ער האט געליטן גרויסע רדיפות אין מאדע. זיינע חסידים און אנהענגער [ר' יעקב הערמאן, ר' הערש לעווינגער, ר' משה אלטמאן, הרה"ח המפורסם ר' נחמי' שווארץ, אחים אייזנבערג] האבן געעפנט א בית המדרש, מיט'ן נאמען "קהל ספרדים" און מאסן חסידים האבן אנגעהויבן צו שטראמען אויף שבתים און ימים טובים קיין דעברעצין.
אין יענע צייט האט זיך אויך געעפנט א סיגעטער שטיבל אין דעברעצין. א צייט שפעטער אין יאר תרס"ב ווען די אראטאדאקסישע קהלה האט אויפגענומען ר' שלמה צבי שטראססער זצ"ל פאר זייער רב, האט ער געארבעט צוזאמען צו ברענגען ביידע שטיבלעך פאר איין מנין, דאס האט אנגעהאלטן ביז דעם יאר תר"צ ווען די סיגעטער חסידים האבן געגרינדעט זייער אייגענעם ביהמ"ד מיט'ן נאמען עצי חיים.