שווערע אומרוען אין האיטי - טויזנטער פארברעכער אויף די פריי
האיטי אין די קאריביען אינזלען, נישט ווייט פון די פאראייניגטע שטאטן איז גיט באקאנט מיט די גרויסע ערדציטערניש 15 יאר צוריק ווי טויזנטער האבן זיך נאכאלץ נישט צוריקגעשטעלט אויף די פיס.
פארברעכערישע באנדעס אין די הויפטשטאט פּאָרט-אָ-פּרינץ האבן זיך צופירט די הענט און ריפן צו איבערווארפן די רעגירונג פונעם פרעמיער מיניסטער אריאל הענרי.
די באנדעס האבן אטאקירט די הויפט טורמע אין פּאָרט-אָ-פּרינץ וואס האט געפירט צו א 10-15 טויטע נאך צוזאמשטויסן מיט די ארטיגע פאליציי.
טויזנטער פארברעכער זענען ארויסגעלאזט געווארן אויף די פריי אויף די גאסן פונעם הויפטשטאט פּאָרט-אָ-פּרינץ.