רבי יעקב קאפיל (אלבוים) ליקאווע זצ"ל - וואס איז דער אמת'ע יחוס?
איך עפן דא דעם אשכול היות איך האב נישט געטראפן קיין שום פלאץ אויפן וועלטל ווי מען איז מברר דעם ענין איבער דער יחוס פון רבי יעקב קאפיל ליקאווע זצ"ל, אדרבה אויב האט מען שוין ערגעץ גערעדט דערפון ביטע צו ווייזן, אזוי אויך אויב דארף מען ענדישער עפענען דעם אשכול אין צדיקים וחסידים (ווי עס עקזעסטירט אויך נישט קיין אשכול אויף דעם צדיק) ביטע אריבערפירן.
אונז זעמיר אן אייניקל פון ר' יעקב קאפיל דורך משפחת פרענקל (ר' ישראל איסר מבאכטא), און מיר האבן שוין אסאך מאל פרובירט צו זעהן ווי אלץ דער יחוס פון דעם צדיק גייט, אבער מיר האבן זיך אנגעטראפן אין א פראבלעם וואס איז לדעתי נאך שווערער פון דער אלגעמיינער פראבלעם ווען מען זוכט יחוס (וואס דאן האט מען ווייניג אינפארמאציע) אז עס איז דא אזוי סאך אינפארמאציע וואס א ריזיגע חלק זענען סתירות מיט אנדערע אינפארמאציע אזש יעדע יחוס וועבסייט (כמעט) האט אנדערע שיטות און ווער די עלטערן און זיידעס זענען געווען, איך ווייס אז מען קען זיך קיינמאל נישט פארלאזן אויף די סייטס היות יעדע שמויגער קען דארט באשליסן צו צאמשטעלן, מעקן און אויסטרעפן חידושים, אבער פארט איז דאס דער בעסטע וועג צו בויען דעם משפחה בוים, און געווענדליך איז דא עפעס מקורות אויף די זאכן אבער מען דארף טאקע הערן פון מומחים וואס איז זיכער ליגענט און וואס איז האלב אמת.
איך וועל אנהויבן מיט די ערשטע סתירה וואס מיר האבן לעצטנס זיך אנגעטראפן ווען מיר האבן נאכאמאל דורכגעקוקט דער יחוס, און אפשר מיט די צייט וועלן מיר פרובירן צו לייגן מער.
לויט די יחוס וועבסייטס איז ר' יעקב קאפיל געווען א זון פון ר' קלונימוס (קלמן) אלבום.
יעצט צו די סתירה:
אויף געני שטייט אז ר' קלונימוס'ס מאמע איז געווען פערל הלר וולרשטיין און זיי האבן א לאנגע יחוס ארויף פון איר ווער זי איז אלץ געווען.
https://www.geni.com/people/R-Kalonymus ... 6712065083
אבער ווען איך האב לעצטנס ארויפגעלייגט מיין יחוס בוים אויף ענקעסטרי (און גראדע געטראפן עטליכע שיינע בילדער פון מיינע זיידעס דורכדעם - פון א אנדערע זייט), שיקן זיי מיר אז דער מאמע פון ר' קלונימוס איז געווען אידל אויערבאך (איך ווייס נישט וועלכע ווייל איך האב עס נישט אנגענומען דערווייל).
איז דא א קלארע מסורה איבערדעם?

א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול
), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.
פארבינד אייך פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער דער היימישער ישוב אין אריזאנע