נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
הרה"ג רבי מרדכי גרינפעלד שליט"א עפנט א ביהמ"ד דעייע וואך אין חב"ד בריאלמונטליי 48
- ערמיהיפולווא
- שר חמישים
- תגובות: 81
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 27, 2022 5:34 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
בד''ה
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot 2024-01-30 122008.jpg (94.96 KiB) געזען 59905 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
אנטווערפן - די בית דין צדק פון קהילת מחזיקי הדת האט ארויסגעשטעלט א מודעה ווי זיי רופן אלע איינוואוינער אין שטאט צו א עצרת תפילה און סדר יום כיפור קטן וואס וועט פארקומען אין די גרויסע אסטען שוהל, די עצרת וועט אפגעהאלטן ווערן מארגן דאנערשטאג ערב ראש חודש אדר א׳. דער עצרת ווערט גערופן אין ליכט פון די גזירות אויף די שחיטה און ברית מילה וואס די ליבעראלע רעגירונגען אין בעלגיע און אין גאנץ אייראפע שטעלן ארויף, ביים עשרת וועט געהערט ווערן פייערדיגע דיבורים פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א.
- אטעטשמענטס
-
- unnamed.jpg (133.04 KiB) געזען 58114 מאל
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
דער העכסטער געריכט אינעם EU אייראפעאישער פאראיין האט ענדגילטיג פארבאטן כשר'ע שחיטה אין בעלגיע.
דער פארזיצער פונעם פאראיין פון אידישע ארגאניזאציעס אין אייראפע האט געווארנט אז די שווערע באגרעניצונגען אויף אידן צו לעבן לויט זייער אמונה, וועלן פירן צו א ערנסטע שאדנס צום לעבנסשטייגער אויפן קאנטינענט.
א מיטגליד פונעם אידישן פארלאמענט: " דאס איז אן עלבון פארן אייראפעאישן פארבאנד"

- אליעזר ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1523
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
נאר אין בעלגיע ? אדער די גאנצע אי יו ?moishy56 האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:27 amדער העכסטער געריכט אינעם EU אייראפעאישער פאראיין האט ענדגילטיג פארבאטן כשר'ע שחיטה אין בעלגיע.
דער פארזיצער פונעם פאראיין פון אידישע ארגאניזאציעס אין אייראפע האט געווארנט אז די שווערע באגרעניצונגען אויף אידן צו לעבן לויט זייער אמונה, וועלן פירן צו א ערנסטע שאדנס צום לעבנסשטייגער אויפן קאנטינענט.
א מיטגליד פונעם אידישן פארלאמענט: " דאס איז אן עלבון פארן אייראפעאישן פארבאנד"
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
סאיז מיר נישט קלאר,אליעזר ווייס האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:30 amנאר אין בעלגיע ? אדער די גאנצע אי יו ?moishy56 האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:27 amדער העכסטער געריכט אינעם EU אייראפעאישער פאראיין האט ענדגילטיג פארבאטן כשר'ע שחיטה אין בעלגיע.
דער פארזיצער פונעם פאראיין פון אידישע ארגאניזאציעס אין אייראפע האט געווארנט אז די שווערע באגרעניצונגען אויף אידן צו לעבן לויט זייער אמונה, וועלן פירן צו א ערנסטע שאדנס צום לעבנסשטייגער אויפן קאנטינענט.
א מיטגליד פונעם אידישן פארלאמענט: " דאס איז אן עלבון פארן אייראפעאישן פארבאנד"
אבער עס זעהט מיר אויס אז די פסק היינט איז געוועהן בנוגע בעלגיע.
- אטעטשמענטס
-
- EU BAN.JPG (17.72 KiB) געזען 57462 מאל
-
- EU BANNNNN.JPG (50.01 KiB) געזען 57462 מאל
- גארנישט מיט נישט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4148
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
וואלט שיין געווען צו שרייבן וועמענס תגובה די קאפי פעיסט..moishy56 האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:27 amדער העכסטער געריכט אינעם EU אייראפעאישער פאראיין האט ענדגילטיג פארבאטן כשר'ע שחיטה אין בעלגיע.
דער פארזיצער פונעם פאראיין פון אידישע ארגאניזאציעס אין אייראפע האט געווארנט אז די שווערע באגרעניצונגען אויף אידן צו לעבן לויט זייער אמונה, וועלן פירן צו א ערנסטע שאדנס צום לעבנסשטייגער אויפן קאנטינענט.
א מיטגליד פונעם אידישן פארלאמענט: " דאס איז אן עלבון פארן אייראפעאישן פארבאנד"
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
- גארנישט מיט נישט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4148
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
איך האב נישט געשריבען בשם אומרו, ווייל ער שרייבט אז מען האט פארבאטן כשר'ע שחיטה אין ''די גאנצע אי יו''.גארנישט מיט נישט האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:13 amוואלט שיין געווען צו שרייבן וועמענס תגובה די קאפי פעיסט..moishy56 האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:27 amדער העכסטער געריכט אינעם EU אייראפעאישער פאראיין האט ענדגילטיג פארבאטן כשר'ע שחיטה אין בעלגיע.
דער פארזיצער פונעם פאראיין פון אידישע ארגאניזאציעס אין אייראפע האט געווארנט אז די שווערע באגרעניצונגען אויף אידן צו לעבן לויט זייער אמונה, וועלן פירן צו א ערנסטע שאדנס צום לעבנסשטייגער אויפן קאנטינענט.
א מיטגליד פונעם אידישן פארלאמענט: " דאס איז אן עלבון פארן אייראפעאישן פארבאנד"
- איוואן דער שיכור
- שר מאה
- תגובות: 152
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
איינער ווייסט עפעס א מעשה וואס איז נעכטן געשעהן אין בעלגיע..
עפעס אז מען האט דערשטיקט א איד יוטצקעוויטש אויף א טרעין אויפן וועג צו דער עירפארט
לינק
https://www.yiddish24.com/cat/12

לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!
דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
- הלואי איך קען
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 341
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:23 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
א שטיק היסטאריע
אין די טעג האט מען גענדיגט איינווארפן די ערשטע חלק פונעם בנין ביים ביהמ"ד סאטמאר אויף יאקאב יאקאב
אין די טעג האט מען גענדיגט איינווארפן די ערשטע חלק פונעם בנין ביים ביהמ"ד סאטמאר אויף יאקאב יאקאב
- אטעטשמענטס
-
- unnamed (1).jpg (121.99 KiB) געזען 43639 מאל
-
- unnamed.jpg (135.64 KiB) געזען 43639 מאל
-
- unnamed (2).jpg (127.26 KiB) געזען 43639 מאל
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים, אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4284
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
דער לינק פירט נישט צו די מעשהאיוואן דער שיכור האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:08 amאיינער ווייסט עפעס א מעשה וואס איז נעכטן געשעהן אין בעלגיע..
עפעס אז מען האט דערשטיקט א איד יוטצקעוויטש אויף א טרעין אויפן וועג צו דער עירפארט
לינק
https://www.yiddish24.com/cat/12
- ניסן איש חדש
- שר מאה
- תגובות: 217
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:20 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
יהדות אנטווערפן לבשה חג
לאור הופעת אדמו"ר מוויזשניץ שליט"א עם פמלייתו ,
לרגל חתונות נכדו .
מוצאי שבת חגגו מסיבת פרידה פארשפיל סעודות עניים
בבית מדרש הגדול של כ"ק אדמו"ר שליט"א בווילאמסבורג
שבזמן שהצדיק בעיר, הוא הודה, הוא זיווה והוא הדרה,

- IMG-20240217-WA0009.jpg (242.26 KiB) געזען 42723 מאל
-
- IMG-20240218-WA0000.jpg (321.15 KiB) געזען 42723 מאל
- ניסן איש חדש
- שר מאה
- תגובות: 217
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:20 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
מוצאי שבת תצוה
אנטווערפן בעלגיע
אויפן וועג אהיים ציזאמען מיטן רבין א שבת פארבראכט.
קוק איך מיר ארום ווי די רוח צפונית פלאטערט די ווייסע בערד פון די עלטערע יידן אויף די וועלאס (ביציקלעך )
און די יונגעלייט מיט די ווייסע זאקן דרייען די רעדער.
אבער די וואך איז נישט א טיפישע רואיגע אנטווערפנער אטמאספערע. עס לויפן אין די גאסן די ניו יארקער קורץ געבונדענע נערווען
יונגע לייט בחורים ווארטען נישט אויף די רויטע לייט, לויפן אריבער די גאס. פילע בייזע בליקן פון אלע זייטן, ווי לויפסטו.
די עולם צוגייט זיך פון די פרייליכע טענץ און די גאסן פון אנטווערפן א באגלייטען.
"ויום טוב היה עושה בצאתו מן הקודש
נאך די געהויבענע ווארימע שבת
די ילדי חן מיט די קאשקעטלך מיט די פאקלען און די הענט טרומפייטערן א נקמה אין היטלער. מען גייט דורך די טראמוויי וואס 13,000 יודן האט מען אוועק געטראגן מיט אט די באנען קיין אוישוויץ ,
אט די פלאץ ווי דער אמרי חיים האט אנגעצונדן א חסידישע פלאם מיט א קליינער הייפעלע חסידים,80 יאר שפעטער קימען צו פארן הונדערטער חסידים מיטן רבין,
כל הגולה כמדורת אש .
וויזניצער הויפן און די גאנצע וועלט צינדען אן די פייער פון חסידות .
אנטווערפן יידנטום האט זוכה געווען מיט צו האלטן ימי שמחה בצילו פון וויזניצער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג.
שוין חדשים וואס די לאקאלע עסקנים מיט די ניו יארק'ער עסקנים גרייטען צו ביז דעם לעצטן דעטאל, צהלי ורוני ישבת אנטווערפן די גאסן ווערן באצירט מיט שמחה לעמפלעך גרויסע טויערן מיט פאסיגע אויפשריפטן לכבוד די שמחה.
די שטילע בריעמאנטליי גאס ווערט פארוואנדלט און א בעדפארד עוועניו אין פארנט פון די וויזניצער בית מדרש, א הויעך שטאקיגע חופה מיט בעריקעדס, מאפעס מיט אנווייזונגען.
דאנערשטיג פאר נאכט לויפן אין אלע גאסן פון אלע שיכטען און קרייזען, שטריימלעך, ספאדיקס, אייראפעישע בעקיטשעס מיטן קנייטש היט, מאמעס מיט די וועגלעך, קינד און קייט, נישט קיין אפטע געסט דא די הייליגע צדיקים קימען צו גיין פון גן עדן.
א שלאקס רעגן לאזט זיך אראפ -השפעות מלמעלה- די סאונד סיסטעם גייט שלאפן, מען וועט פירן א חופה אזויווי אינדערהיים, די קבלת פנים אין די בית מדרש מען פראבירט ניטמאל אריין צוגיין עס איז נישטא ווי צו גיין.
אט קומט שוין דער רבי מיט די מחותנים צו גיין, די מקהלה זינגט דער עולם איז מרוגש, די אבות זענען דא די רבי איז פארזונקען און זיינע מחשבות. שעמט זיך פאר די אבות. יא אונז האלטן דיין פיקדון ווי די שווארצע אפעל פונם אויג מען רירט זיך נישט קיין זיז כל שהיא פון אייער מסורה. מען איז מכבד די מרה דאתרא מיט סידור קידושין, די ברכות די רבי שליט"א
מזל טוב מזל טוב די עולם מיט מוזיק גייען ארויס מיט פרייליכע טענץ.
מען ווייסט נישט ווי צו גיין, מען גייט נאך די שטראם צום חתונה זאל די גרויסע בית רחל זאלן נאר פאר די מענער.
מען קומט אריין מען פילט זיך אין ניו יארק, א מלכותדיגע בימת הכבוד, הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן, היימישע מקהלה מיט מוזיק פון ניו יארק, עס שפילט אינטער מארשן, לאקאלע עסקנים צוזאמען ארבייטען מיט די אמעריקאנער עסקנים, עס פארט א פראפעשנל סיסטעם ווי כאילו מען מאכט יעדע פאר חדשים א רעבישע חתונה דא.
דער עולם איז גוטמוטיק מען טרעפט זיך חברים פון ישיבה שוין יארען נישט געזען.
געסט פון לאנדאן, מאנטשעסטער, וויען, ארץ ישראל, א רייע סעודה כיד המלך.
לאנגע שורה ווארטען אריין צו גיין מיט א קוויטל, א ישועה, א ברכה, געבען חתונה געלט.
אט גרייט מען זיך די רבי קומט שוין אריין
עס פילן זיך שנעל אן די פארענטשעס.
די מוזיק הייבט אן קול רינה די עולם ברעכט אויס מיט עקסטאז. די רבי טאנצט זיצנדיג, האקט מיט די הענט, וויינט פאר פרייד, די עולם שוויצט צושטופט, מען שטעלט זיך אויף די שפיץ פון די פיס צו קענען כאפן א בליק, די בחורים פון אלע ישיבות טאנצן ווי ביי אן אייגענע שמחה.
לאנגע שורות שלענגלט זיך צו געבן לחיים, אלע רבנים דיינים פון שטאט באשיינען, דער עולם טאנצט מיט אייפער, מידע געסט נאר וואס אנגעקומען מיטן פליגער. צוריקגעצויגענע יודען, יעדער גייט אריין טאנצן קיינער וויל נישט בלייבן אינדרויסן, אלעס טאנצט, די בחורים פון די חתן'ס ישיבה שטעלן פאר א מלכותדיגע מארש.
מען גרייט זיך צו מצוה טאנץ. בחורים ארויס, די יונגעלייט שטעלן זיך אויף די פארענטשעס
די בדחן הרב שכטר פון בני ברק רופט אויס מיט טרעפליכע ווערטער, חרוזין, געדאנקען. די זיידעס און מחותנים טאנצן.
די רבי שליט"א פון לאנדאן זז"ג טאנצט דערנאך א ברודער טאנץ, דער עולם עקספלאדירט, די אהבה די שמחה מען קען נישט באשרייבען.
אט קומט שוין די הויך פונקט פון די נאכט די רבי גייט טאנצן.
די בדחנא דמלכא הייבט אן, מען דערמאנט די אבות. די רבי שליט"א. די הויכע צייט השפעות ברוחנית ובגשמות וויפיל יודען דארפן ישועות רפואות שדיכים די מוזיק שפילט אינטער. די מקהלה ברימט אינטער. די עולם איז פארדביקות'ט
די רבי קאכט. שבת שבת שבת
מען קען טאפען די ליפט
די רבי טאנץ מיט די כלה די עולם פאטשט מיט די הענט טאנץ מיט די פיס מען זינגט העכער פון קול
די רבי לויפט מיטן חתן קוים וואס די חתן קען עם נאכלויפן. שעפטשעט א תפילה.
די עולם גייט אריין און א טאנץ א טפח למעלה מען קאכט זיך הההמלוכה והממשלה
המלוכה והממשלה לחי עולמים די גייט ארויס די עולם באלאגערט ארום מיט טענץ קול קול רינה רינה וישועה
די עולם צו גייט זיך
און שמיסט אנטווערפן האט נאך אזא חתונה נישט געזהען
אשרי עין ראית כל אלה
צו מארגנס און אלע מקואות אלע שטיבלעך פון שטאט דערקנעט זיך פילע געסט און אלע געשעפטען ברוכים הבאים טעוועלעך פאר די געסט יעדער וויל בענפיעטן. מען זיכט א מתנה'לע פאר די בני בית די קינדער וואס איז נישטדא און אמעריקע. א ברייטע פרישטיק איז צוגעגרייט טועמיה און איבערבייס .
פארו זמן די עולם שטראמט אינטערן בריק צו די נארוואס רענאווירט גענעטישער בית הכנסת הגדול אסטן נאכן יארן זיין נאכגעלאזט האט די רעגירונג אינוועסאירט א פאר מיליאנען איבער געפרישט די בית הכנסת די קהילה האט געפענט די גרויסע בית הכנסת לכבוד דעם רעבין פילע געפאקטע שוהל די עולם באגייסטערט פון די דעטאלן פון די אריגינעלע ארכיטקטער מען פילט זיך ווי פארן קריג און א שטאט שוהל די טיר עפענען זיך די רבי ערשיינט עס ווערט שטאק שטיל זיכט די מזוזה. עס איז נישט דא עס איז א בית הכנסת. די רבי שפאצירט אויף א רויטע טעפעך ביזן אויבן אן די עולם דרייט זיך מיט ווי א זונרויז מיטן זון. הודי לשם כי טוב עס צינט זיך אן א וויזניצער שבת פייער עס פלאמט א קבלת שבת א יום טובדיגע לכה דודי די עולם גייט אריבער זאגען גוט שבת מען צוגייט זיך אהיים און א גרויסע עולם צום בית רחל זאל . א רייכע סעודות שבת איז צוגעגרייט פאר משפחה און געסט. היימישע בחורים סערוויריערן מאכלי שבת.
די שטאט הייבט אן צו קומען . מען כאפט גוטע פלעצער מיט צוהאלטן די געהויבענע טיש . עס ווערט פיל פון מינט צו מינט די רבי קימט אריין . שלום עליכם מלאכי השרת
קידוש מען איז ממליך דעם אייבישטער אויף זיך און אויף די גאנצע וועלט. די רבי שטעלט זיך אויף הייבט אן השבת נועם הנשמות .
די רבי איז פארזינקען און מחשבות דרייט די אויגן און קאפ . און די פיש. טיילט שירים . מען ברענגט אריין די זיפ עס 7 לעפעלעך און גיט די טעלער פאר ר משה שטאלי. הרה"ח ר אברהם ניסן ניימאן בן הרה"ח ר פנחס הי"ו זינגט מנוחה ושמחה שטיקל ביי שטיקל מען לייגט די הענט אויפן אויער מען הערט נישט די אייגענע קול.
די עלטערע דעמאנן זיך פונעם אמרי חיים ינגערע פונעם ישועות משה תורת מרדכי די בחורים לעבן מיט א וויזניצער טיש
די רבי זאגט תורה מעורר אז אן תורה קען מען די יצר נישט בייקומען רעדט פון קדושה שמירת עיניים. מען ווארמט זיך ביז אין מיטן די נאכט אריין .
שחרית נאכאמאל און די אסטן שוהל די בחורים ארום די רבי צוזאמען פסוקי דזימרה די רבי דאווענט שוכן עד
שחרית הרב אברהם יונה שווארץ אב"ד וויען עסטרייך מען איז מכבד עליות פאר נגידים הרב שיף די שטאט רב א באווארפן בן ר ישראל שטראלי ב"ר ר משה מוסף די מחותן הרב דוד טוועסקי שליט"א
די רבי פירט מיטאג טיש מיטן עולם מען זינגט מארשן וואלצען אלטע ניגונים די עולם הייבט זיך אויף פון די טישען רינג ארום. עס ווערט א פריילעכן שטימונג די רבי האקט מיט די הענט זינגט און דאנקט.
מען לייגט זיך צו שינה בשבת מען לויפט צו מנחה נאכאמאל א ריזיגע ציבור פון אלע שיכטען און קרייזען שטייען אויף די פארענשס מען זיכט א שלימה עס איז נישטא מען האט אינטער געשאצט די עולם,
עס איז טונקל מען שאקעל זיך מען טוט תשובה. רעוה דרעוין עס איז נעילה פון שובבים תת,
די רבי זאגט תורה רעדט פון שמחה נאר מיט שמחה און עבדות השם די רבי טייטש אדר איז א די באשאפער דר ביי גשמות מרבין בשמחה נאר מיט שמחה
די עולם גייט אריבער זאגען א גיטע וואך. פאלציי האלט סדר. פאקלען אויסגעשירעט. פון אלע פענסטער האלטן מיט. אנשים נשים וטף בחורים וגם בתולת זקנים ונערים מיט א סדר פאר מענער און פרויען בייגלייטען די גרויסע גאסט אהיים
די שבת גייט אריין און די רייכע יודישע היסטאריע פון אנטווערפן

- IMG-20240222-WA0003.jpg (326.87 KiB) געזען 35425 מאל
- ערמיהיפולווא
- שר חמישים
- תגובות: 81
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 27, 2022 5:34 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
איינער מיט בילדער פון די נסיעה?
- רויטע קרעיאן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 254
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 07, 2022 1:25 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
קומט ארויס א וועכנטליכער בלעטל אין אנטווערפן?
א צעבראכענער און גאנצער קרעיאן, קאלירן ביידע די זעלבע.
- ניסן איש חדש
- שר מאה
- תגובות: 217
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 8:20 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20240223_034546_WhatsApp.jpg (40.82 KiB) געזען 32902 מאל
- ערמיהיפולווא
- שר חמישים
- תגובות: 81
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 27, 2022 5:34 am
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
אנטווערפענע מצות פון ראמעניע
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
ליין מאטעריאל? דערווייל נאכנישט... איינער קען נאך זיין דער נחשון...רויטע קרעיאן האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:57 pmקומט ארויס א וועכנטליכער בלעטל אין אנטווערפן?
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.

- שטאטס מבין
- שר חמש מאות
- תגובות: 618
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm
Re: נייעס און קרישקעלעך פון אנטווערפען
וואס האט פאסירט אין אנטווערפען
עפעס געהערט געווען שיסערייען, ב"ה נישט קיין פארוואנדעטע
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/103396