העלפט מיר ביטע, אכמעד האט מיר באראבעוועט!
מיט עטליכע חדשים צוריק האב איך באשטעלט א געוויסע סערוויס פון א גוי'אישע קאמפאני (ערשט נאכדעם בין איך געוואר געווארן אז זיי זענען אראבערס, אחמעדס מיט מוכאמאדס), און מען האט אפגעמאכט א פרייז פון ארום צען אלפים. איך האב זיי געגעבן א דעפאזיט אויף א קרעדיט קארד (פון קעפיטל וואן באנק), פון בערך 3400 דאלער.
ווען עס איז געקומען צום אויספירן די סערוויס האבן זיי געגעבן א שרויף ארויף די פרייז מיט גאנצע זעקס אלפים. פארשטייט זיך אז איך האב זיי נישט גענוצט, אבער זיי האבן מיר קלאר געזאגט אז זיי גייען מיר נישט צוריק געבן מיין דעפאזיט.
ביז געציילטע טאג האב איך אריינגעגעבן א דיספיוט, און די באנק האט מיר צוריק געגעבן דאס געלט, פענדינג אן אויספארשונג. נאך א קורצע צייט שיקן זיי מיר אז די קאמפאני האט זיי געענטפערט אז זיי האבן געהעריג דורכגעפירט דעם סערוויס און איך טריי גאר זיי צו בא'גנב'ענען.
איך האב תיכף געשיקט פאר די באנק די דאקומענטן וועלכע ווייזן אז איך האב פאקטיש גענומען דעם סערוויס ביי אן אנדערע קאמפאני. נאך א שטיק צייט זאגן זיי מיר אז אלעס שטימט, אבער זיי ווילן זיכער מאכן אז איך האב געטרייט אליינס צוריק צו באקומען די געלט פון זיי.
האב איך זיי געשיקט סקרין שאטס פון אלע מיינע טעלאפאן קאלס צו די קאמפאני, און איך האב זיי צוגעשריבן אין א בריוו דעם תוכן פון די טעלעפאן שמועסן.
זאגן זיי מיר אז זיי קענען דאך נישט זעהן אויף די סקרין שאטס וואס איך האב גערעדט. זאג איך זיי אמת, אבער וואס דען ווילסטו איך זאל טון? זאגן זיי מיר איך זאל שיקן אן אימעיל פאר די קאמפאני צוריק בעטן די געלט און איך זאל זיי שיקן א סקרינשאט פון דעם. האב איך אזוי געטון.
נאך צוויי דריי טאג רוף איך אן די באנק זאגן זיי מיר, מיר קענען אייך נישט העלפן, ווייל עס איז שוין אריבער די זעכציג טעג ביז ווען דו האסט געדארפט אריינגעבן דעם דיספיוט.
זאג איך זיי אז איך האב עס אריינגעגעבן אין די ערשטע וואך, און ס"ה שלעפט איר מיך ארום פון דעמאלס ביז יעצט און אז איך האב זיי אלס געשיקט וואס זיי האבן געבעטן ביז געציילטע טעג. איז וואס זאגט איר מיר יעצט אז די צייט איז שוין פאריבער.
אבער זיי האבן פשוט איבערגע'חזר'ט דעם פזמון איינמאל און נאכאמאל, מיר קענען אייך נישט העלפן מער, ס'איז שוין מער פון זעכציג טעג. איך האב תיכף צוריק גערופן און גערעדט צו אן אנדערן, און יענער האט מיר גראדע געזאגט אז עס האלט נאך אינמיטן, און ער קען נאכנישט וויסן גארנישט, ווייל איך האב אינגאנצן פאר צוויי דריי טאג צוריק אריינגעשיקט די לעצטע זאכן וואס זיי האבן געבעטן.
דערווייל האב איך עטליכע טעג שפעטער (דאס איז געווען פאריגע וואך), באקומען א בריוו פון זיי אז זיי האבן פארמאכט די קעיס, ווייל עס איז שוין אריבער זעכציג טעג.
און יעצט פרעג איך די תושבי אייוועלט, אפשר קען מיר איינער העלפן. עס איז דריי און אהאלב אלפים וואס אפאר אכמעדס האבן פון מיר ארויסגעראבעוועט, און קעפיטל וואן העלפט זיי צו, וויסנדיג אז זיי טוען דאס. איך האב געקלערט פון גיין מאכן א שלעכטן ריוויו אויף קעפיטל וואן, אמאל זענען דא קאמפאניס וואס מאכן זיך וויסנדיג פון דעם. אבער דערווייל זעה איך אז זיי האבן אזא שלעכטע רעיטינג, אז עס גייט זיי זיכער נישט אן.
מיין שאלה איז צו איז נאך דא עפעס וואס איך קען טון?
איז דא עפעס א היימישער איד וואס טוט אין די זאכן, וואס קען זיך אויס, אדער אפשר עפעס א לויער. דריי אהאלב אלפים איז זייער אסאך געלט פאר מיר און איך דארף עס באמת האבן.
ביטע, אויב איינער ווייסט סיי וואס וואס קען מיר בייהילפיג זיין, ביטע לאזט זיך הערן.
יישר כח,
הק' טהור עיניים, המכונה טהור'ל!
מותיקי יושבי אייוועלט
NO man is a failure who has friends