נעם דיין תפילין אין גיי אהיים!
"וואס איז דא היינט אויפן טיש" פרעג איך געשמאקערהייט מיין באלעבאס, א ענטפער האב איך באקומען א שוואכע מיט היבש ערעטאט אבער שוין ווי פלעגט מיין כתה ד' רבי זאגן כבלו כך פלטו א שלינג אראפ און געגאנגען ווייטער.
"מאיר די באלאבאס רופט דיך" כ'ווייס נישט פארוואס אבער איך האב שוין געפילט אז "עפעס קומט",
אריין אין זיין אזויגערופענע מעכטיגע אפיס, ער זיצט שוין מיט'ן פעדער אין האקט אויפן טיש פאר אנגעצויגענקייט,
מאיר זאגט ער מיט א נידריגע שטומע "ווי די זעסט מאכט די ביזנעס נישט צופיל געלט אין כ'האב נישט קיין געלט צו צאלן אזויפיל ארבייטער, איך וועל דיר מוזן אוועקשיקן ביז אפאר טעג" פון גרויס רחמנות קוקט ער מיר נישט אין פנים, נא שוין וואס האב איך אים צוזאגן אויב נישט בסדר, איך גיי ח"ו נישט מאכן קיין פנים ווי ס'גייט מיך אן אדרבא יעדער רייסט זיך פאר מיר, אבער שטילערהייט ווייס איך גאנצגוט אז כ'קען מיך יעצט ארום דרייען נא ונד פאר א שיינע וויילע...
יעצט וואס וויל איך פון אייך מיינע טייערע פריינד פון איי וועלט?
איז אזוי כ'וויל וויסן צו כ'דארף מיך פילן באפאטשט אין ווערן וועלט'ס רחמנות אדער ס'איז בכלל נישט מיין שילד בעצם בין איך א גוטע ארבייטער אבער וואס בין איך שלומזל שולדיג אז איך קום נאר אן צו א אזעלכע פלעצער וואס אלעס גייט לינקס???