Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
אסאך טעסטס זענען דורכגעפירט דורכאויס די מיסיע פון בערך א שעה, און ס'איז א גוטע טאג פאר ספעיס-עקס מיט א שטאפל ווייטער אנצוקומען צו זייער ציל פון לאנדן מענטשן אויפן לבנה, מארס און אפילו אויף דער ערד אלץ אלטערנאטיווער טראנספארטאציע מיטל.
א רויע פלאן פון איין סטארשיפ פער חודש פאר די קומענדיגע חדשים איז אויפן טיש. ס'איז נישט געווען אין פלאן צו רעקאווערן די ראקעט אדער שיף פונעם היינטיגע מיסיע.