צייט פאר נייע שטריימל באקסעס
ווער עס איז שוין אמאל געפארן אויף א פליגער ווייסט וואס א אפקומעניש מיט צו שלעפן דער שטריימל ווען דו פארסט מיט א גרויסע רענצל און האנד און א קליינע רענצל און דער אנדערע האנד (רוב נסיעות קיין אויסלאנד) און דארפסט נאך מיט שלעפן דיין שטריימל באקס ווי דער איינציגסטע פלאץ עס אנצוכאפן איז ביי דער קליינע הענטל צוזאמען מיט איינער פון דער רענצלעך
ווער רעדט נאך ווען מען דארף ארויס נעמען עפעס פון טאש אמאל דער פאספארט אמאל דער בארדינג פעסס און אמאל דער סעלפאן וואס א אפמוקעמניש עס איז עס איז שוין געקומען דער צייט צו מאכן א שטריימל באקס מיט א שטריק און דער בעק אזוי ווי עס דא רענצלעך וואס מען קען ארויף לייגן איינער אויפן צווייטן אזוי ווי דער פיקטשער