לאזט לעבען

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך גיי שרייבן נישט פאר ווייטאג בכלל. עס גייט מיך אן אין די לינקע פיאה.
איך וויל פשוט אז מען זאל וויסן אז עס איז נישט נארמאל.

די באבא זאל זיין געזונט און שטארק איז געווען שטארק פארנומען די לעצטע פאר וואכן. איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די מיני צוועקן טרעפן איר אייביג אן. אבער זי זאל זיין געזונט און איז געווען פארנומען מיט איינקויפן פאר כלות (און באצאלט א גרויס חלק דערפון), פארשידענע ביקור חולים, שלום מאכן צווישן משפחה מיטגלידער (ניין, נישט מיין משפחה), ועוד. בקיצור... ענדליך נאך אפאר זונטאגס וואס מען האט געהאלטן און איין אפשטופן צו טוהן ערענדס, עס איז דאך ערב פורים, האב איך גענומען די באבע און מען איז געגאנגן פון געשעפט צו געשעפט. דער האט נישט געהאט די קיטל וואס זי האט געוואלט (מיר איז גוט די אלטע...), וכו'... בקיצור, נאכן ארומלויפן א גאנצן טאג, האט מען זיך געטראפן בלע"ז "פעמישט". זענען מיר אריין אין א רעסטוראנטעל בקצה העיר, גאנץ ליידיג, און זיך באשטעלט עפעס... נו... מען קען נישט נארמאל רעדן סתם אזוי, ווייל בליעה"ר די קינדער מיט די אייניקליך פירן אלע סעודות. ב"ה. געלויבט דער פון אויבן. No Complains. האט מען אביסעלע גערעדט. זיך נישט געיאגט.

טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, מען קומט ענדליך אן אין סופערמארקעט, געשטאפט, קולי קולות, נישט פאר מיינע נערווען... שוין, וואס טוט מען נישט פאר שלום בית. איך מוז זאגן אויף איעדע זאך אויב דאס איז פאסיג פאר אונזער משלוח מנות אדער די היי יעריגע פורים סעודה "טיעם" (theme). איך מאך מיך ווי עס גייט מיך אן. באמת פראביר איך מיט אלע כוחות עס זאל מיר טאקע אנגיין. ווייל אויף שלום בית דארף מען ארבייטן, אבער עס גייט נישט. נו... א מצוה קומט נישט אייביג אן גרינג... האט השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו זיך מרחם געווען און מען טרעפט די טאכטער... מיט די זיסע אייניקלעך בליעה"ר. שוין, זי נעמט איבער אלע מיבינות, איך בין פטור פאר א פאר מינוט צו דארפן מאכן החלטות וואס פאר א קאליר זאל זיין די runner אינמיטן די טיש... שוין... נו, אז די פרויען רעדן... בין איך פטור. קומט דער איידעם און שמועסט שיין מיט דרך ארץ מיטן שווער... און לאכט... וואס איז, עס גייט ארום קליפס ווי די שווער מיטן שוויגער זענען ארויסגעגאנגן... עפעס פרעמדע פארשוינען, וואס איך האב נישט קיין השגה ווער זיי זענען, האבן געמוזט מודיע זיין אונזערע קינדער אז מיר זענען נישט קיין געטער, און מיר דארפן עסען ווען מיר זענען הונגעריג. און געמוזט שיקן בילדער מיט קליפס פאר די איידימער.

איך וויל ענק נאר מודיע זיין.
דאס. איז. נישט. נארמאל.
לאזט. אונז. לעבען.
טשעפעט אייך אפ פון די מענטשען וואס האבן נאך געלעבט אין די צייטן פונעם דברי יואל. מיר זענען נאך נישט פארכאפט אין די נישט געזונטע "סאושעל מידיע" לייפסטייל. מיט שפירן נישט וויכטיג צו מיטיילן איעדע מאל וואס מיר קייען א מייער אדער פוצן די ציין. און די זיידע מיט די באבע מעגן האבן א 2 שעה זונטאג פאר זיך.

שוין. נעקסט.
לאז לעבן.png
לאז לעבן.png (120.79 KiB) געזען 702 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אנריעל, ס’קרענקט!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

Kosher Travel האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 7:40 pm
טשעפעט אייך אפ פון די מענטשען וואס האבן נאך געלעבט אין די צייטן פונעם דברי יואל. מיר זענען נאך נישט פארכאפט אין די נישט געזונטע "סאושעל מידיע" לייפסטייל. מיט שפירן נישט וויכטיג צו מיטיילן איעדע מאל וואס מיר קייען א מייער אדער פוצן די ציין. און די זיידע מיט די באבע מעגן האבן א 2 שעה זונטאג פאר זיך.
100 פערצענט גערעכט.
און איך האב נישט געלעבט אין די צייטן פונעם דברי יואל. און מיט דעם אלעם דארפסטו מיר נישט אפכאפן.
זיי נישט CUTE אויף מיין חשבון.
אוועטאר
אריה שאג
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 10, 2024 5:16 pm

Re: לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה שאג »

איך האב נישט געוויסט עס איז דא אזא זאך
אויב איז עס אמת איז נישטא די ווערטער עס צו באדויערן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

@Kosher Travel
די גיטע זייט פון די מעשה איז אז די ביסט נאך רעלאווענט, מען קוקט דיך נאך אהן
איינער מאכט זיך וויסענדיג פון דיר
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אריה שאג האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 8:29 pm
איך האב נישט געוויסט עס איז דא אזא זאך
אויב איז עס אמת איז נישטא די ווערטער עס צו באדויערן
האסט נישט געוויסט, ווייל ביסט נישט אויף סאושעל מידיע.
מיט וואס מיינסטו זענען ביזי די חברה אויף וואטסאפ? ממש הוילע שטותים.
איך רעד נישט איצט פון מענטשן וואס נוצן עס לצורך פרנסה. אדרבא, פרעג זיך נאך. די אלע גרופעס זענען אנגעפילט מיט שטותים און מען פילט זיך זייער ליידיג דערנאך. אין די מעדעצינישע וועלט איז היינט אנגענומען אזאך וואס ריפט זיך social media sickness.
social media sickness.png
social media sickness.png (45.84 KiB) געזען 502 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אריה שאג
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 10, 2024 5:16 pm

Re: לאזט לעבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה שאג »

נאר טייכן טרערן קען העלפן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”