סעודה לע״נ הושע בן בארי
אדער אפשר א אנדערע נאמבער פון איינער וואס נעמט קעיר פון סעודת לעילוי נשמתו.
דריגענד געזיכט.
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
ירום הודו האט געשריבן: מקור פון די סגולה איז לקוטי תורה מהרי"א (זידיטשוב) פרשת בלק בשם הבעש"ט. ואינו תח"י כעת.
ס'איז לכאורה א טעות וואס מ'רופט עס על שם הושע בן בארי, ווייל דארט זאגט ער מ'זאל נודר זיין די סעודה לע"נ בארי הנביא און נאכן רפואה בעז"ה זאל מען מאכן די סעודה ביום ג' לשבוע און דערמאנען די צוויי פסוקים פון בארי וואס ווערן געברענגט און ספר פון זיין זון הושע, און ווי די גמרא זאגט אז ווייל ס'נאר צוויי פסוקים איז עס אריינגעשטעלט אינם זונ'ס ספר.
שרייב-פעדער האט געשריבן:ירום הודו האט געשריבן: מקור פון די סגולה איז לקוטי תורה מהרי"א (זידיטשוב) פרשת בלק בשם הבעש"ט. ואינו תח"י כעת.
ס'איז לכאורה א טעות וואס מ'רופט עס על שם הושע בן בארי, ווייל דארט זאגט ער מ'זאל נודר זיין די סעודה לע"נ בארי הנביא און נאכן רפואה בעז"ה זאל מען מאכן די סעודה ביום ג' לשבוע און דערמאנען די צוויי פסוקים פון בארי וואס ווערן געברענגט און ספר פון זיין זון הושע, און ווי די גמרא זאגט אז ווייל ס'נאר צוויי פסוקים איז עס אריינגעשטעלט אינם זונ'ס ספר.
די צוויי פסוקים זענען אין ספר "ישעיה", נישט אין ספר "הושע" פון זיין זוהן.
שרייב-פעדער האט געשריבן: שתי תשובות בדבר:
א) נאר דער טאטע בארי איז געגאנגען אין גלות עשרת השבטים, הושע בן בארי איז משמע אין מדרש אז ער איז געבליבן אין א"י, ווייל די לעצטע נבואה פון הושע "שובה ישראל", איז געזאגט געווארן פאר "יהודה ובנימין" שוין נאך די גלות עשרת השבטים, כמבואר במדרש. - און די "קבלה" בנוגע די קבר אין צפת, איז אויף "הושע בן בארי" און נישט אויף זיין טאטע.
ב) דער אר"י הק' (שער הגלגולים לרח"ו) האט שוין מגלה געווען אז די "קבלה" איז א טעות, און דארט ליגט דער תנא "ר' יהושע בן חנניה" און נישט "הושע בן בארי", און אודאי נישט זיין טאטע "בארי".
ולאידך גיסא, זאגן אז ער איז צוריק געקומען דורך ירמי' הנביא, איז אויך נישט מסתבר.
א) די מעשה מיט ירמי' הנביא איז געווען כמעט 100 יאר נאך גלות עשרת השבטים, ומאן יימר ער האט נאך געלעבט דעמאלטס.
ב) אפילו אויב יא, פארוואס האט מען אים געלייגט אין צפת, וואו די אידן האבן דעמאלטס נישט געוואוינט, יהודה ובנימין האבן נאר געוואוינט אין דרום א"י, אבער צפון א"י שומרון וכו' איז געווען באזעצט דורך די כותיים/שומרונים, און בפשטות האבן די אידן נישט געהאט קיין מקום דארטן, ממילא פארוואס זאל מען אים דארטן מקבר זיין.
קאוד: וועל אויס אלע
על פי כמה עולי רגל מימי הבניים נקבר בבית העלמין העתיק בצפת, במערה בת 2 פתחים מול המערה שיוחסה (כנראה) בטעות לבנו, הושע.
שטעל צו פאר א כולל פאר בין הסדרים בילקעס מיט פיש, יוש וועט זיך דערעוילעם צוכאפן, מענטשען פלעגן עס כסדר טון ווען איך בין געווען אין ראטלידזש כולל אין תהילות יואל.וואס גייט פאר דא האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 08, 2023 4:35 amהאט עמיצער אן עצה ווי צו מאכן א סעודת בארי הנביא פאר א מנין תלמידי חכמים?