Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן
אינטרעסאנטע אורטייל...הכל הבל האט געשריבן: ↑ פרייטאג מארטש 15, 2024 12:39 pmסופרים קאורט אורטיילט אקעגן פאלסיפערהכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 30, 2023 3:39 pmדי פעדעראלע געזעץ פארלאנגט פון ריכטער וואס פאראורטיילן קרימינאלן זיי צוצוטיילן א באשטימטע מינימום געוואנדן אינעם פארברעך און מאכט דריי אויסנאמען ווען ריכטער קענען יא באשטימען שטראפן קלענער ווי די געזעץ פארלאנגט אין אלגעמיין
צוויי סארט אויסנאמען ווערן געמאכט אין פאל וואס די פראקוראר איז איינשטימיג דערמיט וויבאלד דער באשולדיגטער האט צוגעשטעלט באדייטנדע הילף אין קעיסעס אקעגן אנדערע
די דריטע אויסנאם איז אויך אויב דער פראקוראר פארלאנגט יא צו גיבן די כאטש די באשטימטע מינימום און דאס ווערט אנגערופן די סעיפטי וואלוו אויסנאם וואס ווערט געמאכט אין פעלער וואס עימיצער איז געפונען געווארן שולדיג אויף געוויסע סארט נישט ווילדע דראג פארברעכנס אבער צו קוואליפיצירן פאר די אויסנאם דארף יענער נאכקומען א ליסטע פון 5 באדינגונגען
1) די קרימינאלע רעקארד דארף זיין מינימאל
2) בלויז אויב איז יענער נישט געווען דער פירער, ארגאנאזירער פון די פארברעך
3) ער האט נישט דורכגעפירט קיין געוואלדטאטן ביים באגיין די פארברעך
4) די פארברעך האט נישט געפירט צו קיין ערנסטע פארוואונדעטע
5)בעפאר די סענטענסינג דארף ער זאגן פאר די רעגירונג אלעס וואס כער ווייסט איבער די פארברעך
ווען קאנגרעס האט באשטעטיגט די ערשטע סטעפ אקט האבן זיי צווישן אנדערן אויסגעברייטערט אט די דריטע אויסנאם מיטן ווייכער מאכן די ערשטע פון די 5 פארלאנגען מיטן ערלויבן פאר די קרימינאלע רעקארד צו זיין אביסל מער פארפלעקט ווי ביז דאן און אז עס זאל נישט שטערן צו געניסן פון די סעיפטי וואלוו אויסנאם
די ערשטע סטעפ אקט האט אמענדירט די ערשטע באדינג און ערלויבט צו געניסן דערפון אזוי לאנג ווי דער באשולדיגטער האט נישט מער ווי
1) א 4 פונקטן קרימינאלע היסטאריע אויף זיין רעקארד (אזעלכע פארברעכנס וועלכע טרייבן אויף בלויז איין פונקט ווערן נישט גערעכנט)
2) "און" מען איז נישט באגאנגען א פריערדיגע פארברעך וועלכע האט זעלבסט אויפגעטריבן 3 פונקטן
3) "און" מען איז נישט באגאנגען א פריערדיגע ווילדע פארברעך וועלכע האט זעלבסט אויפגעטריבן 2 פונקטן
די פראגע וואס האט זיך געשאפן איז אויב די ווארט "און" וואס קאנגרעס האט גענוצט באדייט אז אויב עימיצער קומט נאך איינע פון די 3 פארלאנגען שטעלט עס שוין צופרידן די ערשטע פון די 5 באדינגונגען אדער מיינט די ווארט "און" אז וגם לרבות אז מען דארף נאכקומען אלע 3 פארלאנגען
די פערטע,ניינטע, און עלפטע קרייז געריכטן האבן געאורטיילט לקולא און די צייט וואס די פיפטע, זעקסטע, זיבעטע און אכטע קרייז געריכטן האבן געשריבן לחומרא
מארק פאלסיפער איז געווארן אנגעקלאגט אויף אזא סארט פארברעך און די אכטע קרייז געריכט האט אין זיין פאל געאורטיילט לחומרא און נאכן אפעלירן זיין קעיס צום סופרים קאורט זענען זיי עס איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס
די ריכטער האבן אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן
אזויפיהל ווי 10 טויזנט ארעסטאנטן קענען ווערן אפעקטירט דורך די אורטייל פונעם געריכט
פאלסיפער'ס אדוואקאט האט גע'טענה'ט אז ווען עיציער זעהט א שילד מיט די ווערטער: נישט טרונקן או דרייוון" פארשטייט ער אז ער קען טוהן איינע פון די צוויי אבער נישט ביידע
ריכטערין קעיגען האט געצימבלט די ביישפיל מיטן צושטעלן א פאל פון א מעדיצינישע טעסט וואס עימיצער זוכט דורכצוגיין און די שפיטאל זאגט פאר יענעם אז אין די 12 שטונדן בעפאר טאר מען נישט עסן און טרונקן און רייכערן
קעיגען: איך גלויב אז די רויכערסט נישט אבער וואלסטו געגעסן און געטרונקן זייענדיג צופרידן אז "און" מיינט "אדער" און אז נאכקומען איינע פון די פארלאנגען איז גענוג?!
און אפצושלאגן די פאל מיט די שילד נישט צו דריוון אנגעטרונקען זאגט קעיגען אז עס איז אנדערש ווען די צוויי פארלאנגען זענען דירעקט פארבונדן איינע מיט די צווייטע און יעדער פארשטייט אז עס איז נישט א פארבאט אויף בלויז טרונקען אדער בלויז דרייוון נאר די "און" קומט טאקע צו באהעפטן די צוויי אז אין פאל וואס עימיצער האט געטרונקן זאל ער נישט דרייוון
קעיגען האט געשריבן פאר די מאיאריטעט און דערין אנגעשלאסן ראבערטס, קעווענאו, אליטא, טאמאס און בערעט
גארסוטש שרייבט פאר די מינאריטעט און דערין אנגעשלאסן דזשעקסאן און סאטאמאיאר
קאנסערוועטיווע ריכטער גארסוטש שטעלט זיך מיט צוויי ליבעראלע ריכטער, דזשעקסאן און סאטאמאיאר.
ליבעראלע ריכטער קעיגען שטעלט זיך מיט די קאנסערוועטיווע ריכטער ראבערטס, קעווענאו, אליטא, טאמאס און בערעט.