Re: וואס זענען די תוצאות פון סטאפן רייכערען???
און ווען די משגיח כאפט אים קין ער פליען פארדעם,
ס’דארף זיך אויפהערן! אויס ’עוולה’ געענדיגט! ”ס’איז א נארישקייט-א טופשות”
און אזוי דארף מען עס מסביר זיין, ווער ס’הייבט אן איז א נאר, נישט פעסט.. און די צוות זאל נישט געבן קיין דעקל אז ס’דא בחורים וואס באנארישן זיך, נאר ס”ה נאכאמאל מסביר זיין דאס וואס די רעדנער האט שוין מסביר געווען ניטל ביי די דרשה אין וואס פאר א גרוב מ’לייגט זיך אריין,
איך האלט אז די נאמבערס וועט שטארק דראפן, די שטערקסטע רייץ אנצוהייבן איז צו אויסשפילן די סיסטעם אבער אויב איז קלאר אז די איינציגסטע וואס גייט ליידן איז די בחור אליינס וועט ער זיך נישט זיכן קיין צרות.
איך קוק יעצט איבער די קעפל באמערק איך אז די תגובה באלאנגט נישט ממש דא, מ’קען עס צופירן צו ווי ס’באלאנגט.