על מס' קידושין: הערות עיונים ובירורים

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

על מס' קידושין: הערות עיונים ובירורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

איך וויל דא עפענען א פארום פאר מסכת קידושין, דאס הייסט אז אין דעם אשכול וועט מען קענען פרעגען פין פשוט פשט ביז טיף אין סוגיא אריין,

אבער איך וויל בעטן אז מ'זאל שרייבען אויף די פאלגענדע אופנים:

קודם שרייבן די דף און נאכדעם די ד"המיט באלד אותיות, און האפענטליך מיט די צייט ווען ס'וועט זיך אנזאמלען אסאך סוגיא'ס וועט מען עס אויסשטעלן לויט די דפים,

די תירוצים זאל מען ביטע ענטפערן אויף דעם אופן: מ'זאל קוואוטען (quoten) די קשיא און ערשט נאכדעם ענטפערן די תירוץ,

ווי אויך וויל איך בעטן אז די אשכול זאל זיין ממש נאר צום לערנען, פאר הערות איבער דעם געדאנק ביטע עפענען א נייע אשכול.

אין דעם אשכול זאל מען פרעגן אויסדריקלעך נאר פין מס' קידושין און נישט פון קיין שום אנדערע מס' (פאר אנדערע מס' קען מען עפענען באזונדערע אשכולות, ס'וואלט גיט געווען עס אויסצישטעלען אויף די זעלבע אויפן.

-

הערת הגבאי;
תשוח"ח להניק הנכבד על היוזמה, תקננו את שם האשכול ואת תוכן התגובה כפי מה שמקובל אצלינו כמנהג המקום.

להערות נא לפנות לתיבה האישית של הגבאים.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קידושין דף ו' ע"ב סוף העמוד
אמר רבא תן מנה לפלוני ואקדש אני לך מקודשת מדין ערב, ערב לאו אף ע"ג דלא מטי הנאה לידיה קא משעביד נפשיה, האי אתתא נמי אע"ג דלא מטי הנאה לידה קא משעבדא ומקניא נפשה.
הילך מנה והתקדשי לפלוני מקודשת מדין עבד כנעני, עבד כנעני לאו ע"ג דלא חסר ולא מידי קא קני נפשיה, האי גברא נמי אע"ג דלא חסר ולא מידי קא קני ליה להאי אתתא
תן מנה לפלוני ואקדש אני לו מקודשת מדין שניהם וכו'

דערנאך זאגט דארט די גמרא 'אתמר נמי משמיה דרבא וכן לענין ממונא'

זאגט רש"י דארט אויף דף ז' ע"א ד"ה וכן לענין ממונא, הנך שמעתא דרבא דילפינן קידושין מדין ערב ומדין עבד כנעני כן לענין ממונא ע"כל

דער ר"ן דארט בד"ה גרסינן בגמ' איתמר משמיה דרבא וכ' צום סוף פונעם שטיקעל וז"ל
וכתב הרמב"ם ז"ל בפרק קמא מהלכות מכירה האומר לחבירו תן מנה לפלוני ויקנה ביתי לך כיון שנתן קנה הבית מדין ערב ולא ידעתי למה לא כתב גם כן מדין עבד כנעני ומדין שניהם שמא סובר הוא דדוקא לגבי קידושין גמרינן מעבד כנעני וכ' אבל לענין ממון אין למדין מעבד כנעני וכ' עכ"ל

===
כ'האב געזעהן אן אינטערעסאנטע קשיא און רי"ט אלגזי אויף הלכות בכורות להרמב"ן פרק ה' (און מיין גמרא איז עס אויף דף נ' פון הלכות בכורות עמוד א') וויא ער פרעגט אף דעם ר"ן

די גמרא זאגט און גיטין דף י"ג ביי מעמד שלשתן אמר אמימר דה"ט דמעמד שלשתן משום דנעשה כאומר לו בשעת מתן מעות שעבדנא לך לדילך ולכל דאתי מחמתך.

לכאורה דאס איז אזוי וויא ער זאגט הילך כסף להלואה ותשתעבד עצמך לפלוני, און יענער פלוני אע"פ דלא קא חסר ולא מידי איז עס קונה.
דאס איז ממש וויא דין עבד כנעני ארבעט.
דער מאן גיט כסף צי די פרוי און זי ווערט מקודש צי א צווייטען

פרעגט דער רי"ט אלגזי אז לויט וויא דער ר"ן שרייבט אז דער רמב"ם האלט נישט דער דין עבד כנעני ביי ממון, וואלט נישט געקענט זיין א קנין מעמד שלשתן ביי ממונות

פירט דער רי"ט אלגזי אויס אז דער ר"ן איז נישט ריכטיג און דער רמב"ם האלט אז 'וכן לענין ממונא' גייט אויף אלע דריי קנינים אוויא רש"י שרייבט.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער שיין ר' שמחה, דער אמת איז אז דער קנין פון ערב און עבד כנעני איז מוכרח ביי הל' רבית און דער רמב"ם וועט לכאורה אויך מוזען אזוי לערנען, ואי"ה עוד חזון למועד.

-

יישר-כח געשמאקער פאר די נייע פלאטפארמע פון לימוד התורה
אברמלע דער עין יעקב יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברמלע דער עין יעקב יוד »

א גיטער געדאנק מען דארף דאס מאכען אויף יעדע מסכת
ישר כח סקרענטאר רב

איינער האט דאס שוין מעורר געווען ערגעץ ווי און די ידועות התורה געהענגלעך
די ערשטע משנה וכמה הוא פרוטה
מיינט דאס וכמה הוא פרוטה בזמן בית הלל - וואס זיי האבען געזאגט פרוטה ושוה פרוטה ?
פרוטה איז לכאורה געווען די קלענסטע מטבע - וויל מען יעצט וויסען לויט די איצטיגע אינפילאציע וויפיל איז א פרוטה ווען א פרוטה איז געווען א פרוטה

וועלכע צייט איז די פרוטה טאקע געווען די קלענסטע מטבע - אז מען האט געקענט קויפען דערמיט וואס מען קען איצטער קויפען מאחד משמנה מאיסר האיטלקי - איז דאס דער צייט פון בית הלל :. די צייט פון משה רבינו
כהאף אז איך האב מיך קלהאר ארויסגעברענגט וואס מיך דרוקט - נא איצטער רבותי ..ביטע ענטפערט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אברעמ'ל,
אינעם אשכול איבער 'שיעורים ומדות' ווערט באהאנדלט דער שיעור פון א שווה פרוטה.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

דף י"ד ע"ב - ט"ו ע"א

ס'איז דא א פלוגתא אויב מ'לערנט שכיר שכיר צו נישט, פראבירט יעצט די גמ' צו וויסן וועלכע תנא ס'לערנט נישט שכיר שכיר,

למעשה ווארפט די גמ' אוועק אלע ראיות און קומט נישט ארויס וועלכע תנא ס'לערנט נישט שכיר שכיר,

וויל איך וויסן אויב ס'איז דא א פלאץ ווי מ'זעט וועלכע תנא ס'לערנט נישט שכיר שכיר,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

בהראשונים מבואר בפי', דלא נמצא בסוגייתנו מאן דיליף, אולם בפרק התקבל נמצא מאן דיליף לגבי לאו דבל תלין,
ולפיכך הקשה הגמ' ולמאן דאמר, משום דידעו שיש מאן דאמר, אולם למסקנא כאן אין מ"ד לגבי עבד
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

והוא פלאי האט געשריבן: בהראשונים מבואר בפי', דלא נמצא בסוגייתנו מאן דיליף, אולם בפרק התקבל נמצא מאן דיליף לגבי לאו דבל תלין,
ולפיכך הקשה הגמ' ולמאן דאמר, משום דידעו שיש מאן דאמר, אולם למסקנא כאן אין מ"ד לגבי עבד


שכח פאר די תשובה, ס'איז מיר אלץ שווער געווען פארוואס האט די גמ' בכלל געהאט א הו"מ אז ס'איז בכלל דא א מ"ד וואס לערנט נישט שכיר שכיר, אבער יעצט איז עס פארענטפערט,

אבער אין וועלכע מס' איז פרק התקבל?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געשמאקער,
'פלאי' האט געמיינט צו זאגען פרק המקבלאון ב"מ דף קי"א ע"ב
דארט איז משמע אז עס איז דא א מ"ד וואס לערענט יא שכיר שכיר
the SCY is the limit
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

אין קרבן נתנאל אנהייב מסכת קידושין ברענגט ער פון
אדמ"ו הנשר הגדול מוהרא"ב


ווייסט איינער ווער דאס איז?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

ר' אברהם ברודא פון וועם ער איז געווען א תלמיד.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

פייערמאן האט געשריבן: ר' אברהם ברודא פון וועם ער איז געווען א תלמיד.

א גרויסן ייש"כ.

עפעס תולדות איבער דעם רבי'ן?

נ.ב. אין חזון איש אויף א פלאץ ברענגט ער ובהגהות א"ב שליבו כלב הארי...
וועמען מיינט ער דארט? אפשר הגהות אמרי ברוך פון ברוך טעם? אבער דאכט זיך אז מען האט נישט געטראפן אין הג' אמרי באוך דאס וואס ער ברענגט.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

viewtopic.php?f=31&t=33512
https://he.m.wikipedia.org/wiki/אברהם_ברודא

אויב מיינט איר דעם חזון איש אין קונטרס השיעורים או"ח סי' ל"ט 'והגאון מ"ב אשר הוא מרי דכולי תלמודא ולבו כלב הארי', מיינט ער דעם מנחת ברוך https://he.m.wikipedia.org/wiki/ברוך_לאווסקי
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: על מס' קידושין: הערות עיונים ובירורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

ווייסט איינער אויב איז דא א חבורה וואס גייט אנהויבן אדער האט לעצטנס אנגעהויבן מסכת קידושין?
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3164
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

והוא פלאי האט געשריבן: מיטוואך מאי 26, 2010 5:56 am
בהראשונים מבואר בפי', דלא נמצא בסוגייתנו מאן דיליף, אולם בפרק התקבל נמצא מאן דיליף לגבי לאו דבל תלין,
ולפיכך הקשה הגמ' ולמאן דאמר, משום דידעו שיש מאן דאמר, אולם למסקנא כאן אין מ"ד לגבי עבד
באיזה ראשונים
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”