איך וויל קויפן א גרויסע פריזער

היים פראדוקטן, מעבל און אפלייענסעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

דער ראצפערטער רב זל"ס ממלא מקום פארבארגט נישט קיין פריזערס? מי יתן יענע אלטע צייטן.....

בנוגע, דעם פראבלעם מיט עפענען א פראסט פרי פריזער אום שבת, דו האסט א לייזונג פאר עפענען א פענסטער אדער גאר א פרידזידער אום שבת, וואס דאן צינדט זיך אהן די טערמאסטא"ט פון די עירקאנדישן/סטי"ם?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע:אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

יקוםפרקן האט געשריבן: אויב דארפט איר דאס נאר פאר יו"ט צייט, איז דאך שוין דא די אלטע וויליאמסבורג-קליינע-דירות עצה צו דינגען ביי
rent a center
פיינע פרידזשידערס פריזערס פאר גאנץ ביליג בערך 30-40 טולער א חודש
זיי ברענגען און טראגן ושלום על ישראל


וואס איז זייער נאמבער?
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

Rent-A-Center General Directory
1-800-275-2696
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זיי האבען שוין נישט און גאנץ ברוקלין, זיי זאגען אז מסתם און 2 חדשים ארום (דעמלץ וועל איך זיי פארקויפן מיין אתרוג פאר האלב פרייז)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

מען זאגט מיר (נישט די סוחר, די שכנים, קרובים) אז א נאסע פריזער איז אסאך בעסער

מען דארף טאקע אביסל ארבייטן צוויי מאל א יאר אבער עס לוינט זיך
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

טרינקענע וויין האב איך שוין געהערט... טרוקענע פריזער? וואטעווער, איך פארשטיי נישט די אלע חילוקים וואס מען האט דא אויבן דערמאנט, אזויפיל ווייס איך יא אז איך האב א פריזער וואס מען קען נישט עפענען אום שבת ויו"ט, ווייל עס צינד זיך אן א פען ווען מען מאכט צו די טיר.

עס פעלט האלב פון די וועליו דערפון צוליב דעם...

(אגב, איך האב עס געקויפט ביי א היימישע סוחר('טע) און יענע האט נישט געפילט פאר וויכי מיר איינצומעלדן דערוועגן:evil:)

עס איז דא עפעס א שבת קיט צוצולייגן צום פריזער, אבער דאס קאסט אפאר מאות. גז"ל.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

וועלכע פריזער איז עס ?

איך דארף דאס טאקע וויסען פון פריער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דארפסמאן האט געשריבן: זיי האבען שוין נישט און גאנץ ברוקלין, זיי זאגען אז מסתם און 2 חדשים ארום (דעמלץ וועל איך זיי פארקויפן מיין אתרוג פאר האלב פרייז)

נישט געוואוסט אז RAC קויפט אפ אתרוגים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

דארפסמאן האט געשריבן: זיי האבען שוין נישט און גאנץ ברוקלין, זיי זאגען אז מסתם און 2 חדשים ארום (דעמלץ וועל איך זיי פארקויפן מיין אתרוג פאר האלב פרייז)


די "בעלעבוסטעס" האבן שוין אלעס אויסגעכאפט, איצט איז די צייט צו באשטעלן פאר'ן קומענדיגן פסח סעזאן!

אפשר וואלט געווען א פלאן אז די שנה ראשונה ושני' זאלן פארדינגען זייערע פריזער'ס און פריזשדער פלאץ פאר'ן יו"ט סעזאן
פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב די גאנצע דירה זייערע איז זיי נישט געלונגען צו פארדינגען אויף יו"ט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

צים פינטעל האט געשריבן: וועלכע פריזער איז עס ?

איך דארף דאס טאקע וויסען פון פריער

ס'אייז דא אסאך פריזערס וואס ארבעטן אזוי. טשעק דאס מיטן סוחר פאר דו קויפסט.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

ס'איז דא פריזער'ס וואס פרודאצירן אייז און ס'איז דא וואס נישט.

געווענליך די פריזער'ס העכער אדער אונטער די פרידזשעדער'ס מאכן נישט קיין אייז, ווייל דאס איז געמאכט אויפצומאכן אסאך, איז נישט גוט אז עס זאל ווערן אינגאנצן אייז.

די גרויסע פריזער'ס איז אויך דא פון ביידע סארט, אבער אזוי ווי מ'מאכט עס געווענליך נישט אויף אזוי סאך, איז בעסער צו נעמען די וואס פרודאצירן יא אייז, ווייל מיט די אייז האלט זיך די עסן פרישער און לענגער, וכן נוהגין.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איז דאס זיכער אז א פראסט-פרי פריזער טאר מען נישט עפענען שבת?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
פרידען
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 1:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידען »

בס"ד
[ b]דער עולם פרעגט כסדר:
מעג מען עפענען אדער צימאכן א היים* פרידזידער/פריזער אום שבת קודש?[/b]


עס איז לעצטענס געווען א התעוררות צו מברר זיין די שאלה, היימישע רבנים און מומחים האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין לטובת הציבור, און עס איז ארויסגעקומען ווי פאלגענד;
לויט די צוגאנג און פסקים פון אונזערע גדולי הוראה זייט נאכן צווייטן וועלט קריג, קומט אויס אז אויב מען איז מבטל די סוויטשס פון די טירן (דורך אראפקלעבן וכדו'), מען מעג עפענען און צומאכן א היים פרידזידער און פריזער אום שבת, סיי די סארט וואס מאכן אייז (MANUAL DEFROST), סיי די וואס מאכן נישט קיין אייז (FROST FREE), נישט קיין חילוק צי עס ארבעט דאמאלס אדער נישט.

אכטונג, געוויסע מאדעלן האבן מער פון איין סוויטש, און אמאל איז איינס א פשוטע און די צווייטע א מאגענעטישע, אלע סוויטשעס פונעם טיר וואס מען עפענט, דארפן זיין ארויס פון באנוץ.

קורצע נקודות בנוגע די הלכה און פראקטיק;
1) די שאלות און ספיקות ביי כמעט אלע מאדעלן, זענען לכל היותר א גרמא ביי א דרבנן.
2) מאנכע זארגן אז די ווארעמע לופט וואס גייט אריין וועט אנצינדען אדער פארלענגערן די ארבעט פונעם מאשין: עס איז שוין לאנג אויפגעוויזן געווארן דורך מומחים אז אין די לעצטע צענדליגע יארן זענען די מאשינען געבויט אז עס זאל נעמען צייט ביז די נייע ווארעמע לופט וואס גייט אריין ביים עפענען, זאל האבן א השפעה אויף די מאשין (זיי מאכן דאס כדי עס זאל זיך נישט אפט אנצינדען און אויסלעשן, צו שפארן ענערגי). דאס עפענען אדער צימאכן קען גורם זיין א פעולה אויף שפעטער, וואס דאס איז נישט קיין מלאכה. און זעלטענע פאלן צינדט זיך עס אן בשעת'ן עפענען די טיר, דאס איז אומגעפלאנטע און אומאויסגעשטעלטע תוצאה פון א שאקל, נישט פון די סיסטעם.
3) די אלע שאלות וואס זענען אויפגעקומען זייט געוויסע פירמעס לייגן אריין קאמפיוטערס און די מאשינען וואס דורך דעם קאנטראלירט זיך דאס אנצינדן און אויסלעשן פון די לעקטער, פען, קאמפרעסאר, די באהאלטענע הייסע אייזן וואס לאזט אויף די אייז אין די FROST FREE מאשינען, די אותיות וואס ווייזט די גראד, וכו':
די אלע דערמאנטע פראבלעמען ווערן געלעזט אויב מען שטעלט אויס די מאשין אז די טיר סוויטשס זאלן נישט גארנישט אקטיוויזירן ביים עפענען אדער צומאכן די.

נ.ב. ווי דערמאנט דארף מען זיכער מאכן אז עס איז נישטא א אומבאמערקטע סוויטש אריינגערעכנט מאגנעטישע. אזוי ווי עס איז אמאל שווער אליין דאס אויפצוכאפן, איז ראטזאם דאס מברר זיין דורך א מומחה.

*קאממערשעל מאשינען קענען זיין אנדערש און דארפן א עקסטערע בירור.
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע:צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

מיין פריזער איז געגאנגען שלאפן נאך צוויי יאר ניצן (נישט געהאט קיין ווארענטי)

איינער מיט א גוטע נישט צו טייער, פראוסט פרי?

ייש''כ למפרע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: איך וויל קויפן א גרויסע פריזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

וועלכע גרויסע פריזער איז גוט צו קויפן?
שרייב תגובה

צוריק צו “האוזוועיר”