טרינקענע וויין האב איך שוין געהערט... טרוקענע פריזער? וואטעווער, איך פארשטיי נישט די אלע חילוקים וואס מען האט דא אויבן דערמאנט, אזויפיל ווייס איך יא אז איך האב א פריזער וואס מען קען נישט עפענען אום שבת ויו"ט, ווייל עס צינד זיך אן א פען ווען מען מאכט צו די טיר.
עס פעלט האלב פון די וועליו דערפון צוליב דעם...
(אגב, איך האב עס געקויפט ביי א היימישע סוחר('טע) און יענע האט נישט געפילט פאר וויכי מיר איינצומעלדן דערוועגן)
דארפסמאן האט געשריבן:
זיי האבען שוין נישט און גאנץ ברוקלין, זיי זאגען אז מסתם און 2 חדשים ארום (דעמלץ וועל איך זיי פארקויפן מיין אתרוג פאר האלב פרייז)
די "בעלעבוסטעס" האבן שוין אלעס אויסגעכאפט, איצט איז די צייט צו באשטעלן פאר'ן קומענדיגן פסח סעזאן!
אפשר וואלט געווען א פלאן אז די שנה ראשונה ושני' זאלן פארדינגען זייערע פריזער'ס און פריזשדער פלאץ פאר'ן יו"ט סעזאן פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אויב די גאנצע דירה זייערע איז זיי נישט געלונגען צו פארדינגען אויף יו"ט.
בס"ד [b]דער עולם פרעגט כסדר: מעג מען עפענען אדער צימאכן א היים* פרידזידער/פריזער אום שבת קודש?[/b]
עס איז לעצטענס געווען א התעוררות צו מברר זיין די שאלה, היימישע רבנים און מומחים האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין לטובת הציבור, און עס איז ארויסגעקומען ווי פאלגענד; לויט די צוגאנג און פסקים פון אונזערע גדולי הוראה זייט נאכן צווייטן וועלט קריג, קומט אויס אז אויב מען איז מבטל די סוויטשס פון די טירן (דורך אראפקלעבן וכדו'), מען מעג עפענען און צומאכן א היים פרידזידער און פריזער אום שבת, סיי די סארט וואס מאכן אייז (MANUAL DEFROST), סיי די וואס מאכן נישט קיין אייז (FROST FREE), נישט קיין חילוק צי עס ארבעט דאמאלס אדער נישט.
אכטונג, געוויסע מאדעלן האבן מער פון איין סוויטש, און אמאל איז איינס א פשוטע און די צווייטע א מאגענעטישע, אלע סוויטשעס פונעם טיר וואס מען עפענט, דארפן זיין ארויס פון באנוץ.
קורצע נקודות בנוגע די הלכה און פראקטיק; 1) די שאלות און ספיקות ביי כמעט אלע מאדעלן, זענען לכל היותר א גרמא ביי א דרבנן. 2) מאנכע זארגן אז די ווארעמע לופט וואס גייט אריין וועט אנצינדען אדער פארלענגערן די ארבעט פונעם מאשין: עס איז שוין לאנג אויפגעוויזן געווארן דורך מומחים אז אין די לעצטע צענדליגע יארן זענען די מאשינען געבויט אז עס זאל נעמען צייט ביז די נייע ווארעמע לופט וואס גייט אריין ביים עפענען, זאל האבן א השפעה אויף די מאשין (זיי מאכן דאס כדי עס זאל זיך נישט אפט אנצינדען און אויסלעשן, צו שפארן ענערגי). דאס עפענען אדער צימאכן קען גורם זיין א פעולה אויף שפעטער, וואס דאס איז נישט קיין מלאכה. און זעלטענע פאלן צינדט זיך עס אן בשעת'ן עפענען די טיר, דאס איז אומגעפלאנטע און אומאויסגעשטעלטע תוצאה פון א שאקל, נישט פון די סיסטעם. 3) די אלע שאלות וואס זענען אויפגעקומען זייט געוויסע פירמעס לייגן אריין קאמפיוטערס און די מאשינען וואס דורך דעם קאנטראלירט זיך דאס אנצינדן און אויסלעשן פון די לעקטער, פען, קאמפרעסאר, די באהאלטענע הייסע אייזן וואס לאזט אויף די אייז אין די FROST FREE מאשינען, די אותיות וואס ווייזט די גראד, וכו': די אלע דערמאנטע פראבלעמען ווערן געלעזט אויב מען שטעלט אויס די מאשין אז די טיר סוויטשס זאלן נישט גארנישט אקטיוויזירן ביים עפענען אדער צומאכן די.