Re: לעשות נקמה - בגוים
מיין לייק קנאפ ארבעט נישט איצטהכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 27, 2024 4:56 pmא פרוי פארציילט איבער איר שכנה וועלכע פלעגט האלטן איר שטוב הונטל אינדרויסן פון שטוב אין אלע סארט טעמפעראטורן און זי האט נישט געקענט צוקוקן ווי אזוי די באשעפעניש בילט און ציטערט פאר קעלט ווערנדיג באנעצט אין שווערע שלאקס רעגנס
אלע אירע געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אויערן און זי האט אריינגערופן די ספעציעלע נומער צו באריכטן באשעפעניש פייניגונג און פאליציי זענען אראפגעקומען אוןאויסגעשריבן א טיקעט פאר די הינט אייגנטומער
ווי נאר די אפיצירן האבן פארלאזט די סצענע האט יענע אנגעהויבן קלאפן אויף איר טיהר און שרייען ווילדע לאזונגען אבער זי האט אנגעצינדן הויכע מוזיק און עס געלאזט שפילן ביז יענע איז מיד געווארן און צוריק צו זיך אין שטוב
די קומענדיגע טאג האט די פרוי וועלכע האט געהאט גערופן די פאליציי באשלאסן צו לערנען איר שכנה א לעקציע און זיך איינגעהאנדלט א גוטע ספיקער א אראפגעלאדנט א רעקארדירונג פון די שטימע פון א הונט וואס בילט אלס אן MP4 און עס צוגעטשעפט צו איר בלוטוט ספיקער און אנגעשטעלט גענוג הויך אז מען זאל עס אריבערהערן צו די אנדערע הויז
עס האט נישט לאנג געדויערט און קלאפן פון פאליציי האבן זיך געהערט אויפן טיהר און זי פרעגט געמיטליך וואס עס האט זיי געברענגט היינט און ווי ערווארטעט איז די אנטווארט געקומען אז זיי האבן ערהאלטן א באקלאגעניש איבער א הונט וואס בילט
זי האט רואיג ערקלערט פאר די פאליציאנטן אז זי פארמאגט נישט קיין הונט און זיי געלאזט דורכפירן א רעוויזיע אין איר אלע צימערן פון איר וואוינונג און זיי האבן גיך פעסטגעשטעלט אז עס איז געווען א בלויזע הונט בלבול
די שכנה איז געשטאנען אונטער די אפיצירן געפפלעפט און ערשטוינט און דאן האט די הונטלאזע פרוי געלאזט פאלן איר צוגעגרייטע באמערקונג זאגנדיג אז די הונט פון די שכנה בילט אזוי פיל אז זי הערט שוין דאס בילן אין איר קאפ אונטער איר באוואוסטזיין אפילו ווען קיינער בילט נישט
די שכנה האט געקריצט מיט די ציין אבער דער אפיציר האט איר אנגעזאגט אויפצוהערן אריינרופן מיט גרונדלאזע באקלאגענישן און די פרוי האט געמוזט אנהויבן גלויבן אז זי הערט טאקע פאנטאזישע בילן ביי זיך אין קאפ און געהאפט אז עס איז בלויז געווען אן איינמאליגע פאסירונג
די נקמה האט אבער פארגעזעצט פאר א לאנגע צייט ווען די הונטלאזע שכנה האט יעדן טאג אנגעצונדן איר ספיקער און זי האט געקענט אריבערהערן ווי די שכנה הויבט אן ליארמען פאר שרעק איבער די פרישע אנשיקעניש וועלכע בילט אין איר קאפ
אבער א באזונדערע לייק פאר הונט בלבול...