משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער מעשה גייט עפעס אזוי. איך כ'על עס צו הרג'נען, אבער אויך נישט געפערליך. (געפערליך איז, אז מען שלינגט אראפ א שירעם און עס עפענעט זיך אויף).

א איד, א חבר פון קיסר פראנץ יוזעף האט געהאט א יום הולדת, און דער קיסר האט אים געשיקט א באגריסונג ווי ער מאכט א ביסעל שפאט פונעם איד. דער איד האט זיך פון דעם דערוויסט האט ער געבעטען אז ער וויל נאר צו שרייבען דער קיסר'ס נאמען, און אזוי האט ער געטוהן.

עס איז געקומען צו ליינען דעם באגריסונג, ליינט מען אז "משה גרונם איז א בהמה; פראנץ יוזעף, דער צווייטער"!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

ניין די איד האט עפעס געטראפן דעם פראנץ יוזעף אין א פארק און ער האט ארויסגענארט זיין אינטערשריפט דערנאך איז ער געגאנגען אין פאלאץ מיטן חתימה אז מ'זאל אים געבן געלט עפעס אזוי
yield the right of way
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך געדענק די מעשה כנוסח ספוזמן
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

האט איינער שוין דערמאנט דא דעם תשובה פונם מבשר צדק, וואס ער האט געשריבען אויפן פארלאנג פון הג"ר יעקבקא בן הנודע ביהודה, ער טוט ארום דער "שרעקליכע גזירה" פון זיך דארפען רופען מיט משפחה נעמען.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ניין
מיט וואס איז אזוי שרעקליך די גזירה?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

msp האט געשריבן: ניין
מיט וואס איז אזוי שרעקליך די גזירה?


דער תשובה איז געדריקט בספרו 'מבשר צדק' השלם, הגם ס'איז א א גזירה פאר דער גאנצע מדינה, האבען זיי געהאט א פארדאכט אז דאס מיינט מען די אידען, אין ווער ווייסט וואס קומט נאך דעם.

האבען זיי געהאט א שאלה צו ס'איז א גזירת שמד (איהר הערט ווערטער?), צו מזאל אן נעמען דעם גזירה פון א פאמיליע נאמען אדער נישט.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קענסטו אפשר צושטעלען א לינק ביטע
א דאנק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קיינמאל נישט געהערט דערפון, זייער אינטרעסאנט. פאר דעם אליין האט זיך געלוינט דער גאנצער אשכול; וואס אלץ מען ווערט נישט געוואויר!

אגב, א תירוץ צו דער קשיא פונעם פותח האשכול, איז מיר אינטערגעקומען א בראשור פון דייטשע אידישע אנטיק זאכען, און דארטען שטייט אז נאפוליאן האט און שנת תקס"ח (1808 למספרם) ארויס געגעבען די גזירה (יעצט הערען מיר טאקע אז עס איז געווען א "גזירה") אז יעדער בכל מדינות מלכותו מוז האבען א לעצטע נאמען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

msp האט געשריבן: מיט וואס איז אזוי שרעקליך די גזירה?

קען זיין אז דאס האט צו טוהן מיט "גלייך בארעכטיגונג" וואס בשעת אנדערע האבען זיך געפרייט אז ככל הגוים בית ישראל, האט רבי אברהם שאג זצ"ל געהאלטען א פייערדיגע דרשה אין תר"ו ווי ער האט ביטער געוויינט אז גלייך בארעכטיגונג מיינט אסימילאציע; מען וועט שוין מער נישט בענקען צו ולירושלים עירך ווייל מיר זענען דאך היינט גלייכע עסטרייכישע בירגער און דאס איז אונזער "פאטערלאנד". (זעה באריכות און "דרשות הרא"ש דער דרשה, און דער היסטארישען אינטערשלאק צו דעם).

ענליכעס האט זיין רבי דער הייליגע חת"ם סופר ביטער געוויינט בשעתו ווען מען האט איינגעפירט "טאלעראנץ" צו אידען, מיט א משל פון א קעניג וואס האט פארטריבען זיין קינד און נאך א סאך יארען האט דער קעניג געשיקט מייסטער בויערס זאלען בויען פאר זיין זוהן א שיינע פאלאץ דארטען ווי ער וואוינט, האט דער זוהן ביטער געוויינט אז ביז יעצט האט ער געהאפט יעדער מינוט אז דער טאטע רופט אים שוין צוריק אהיים, אבער יעצט אז ער בויעט אים "דא" א פאלאץ מיינט עס צו זאגען אז ער וועט נאך זיין און גלות לאנגע יארען. דאס זעלבע האט געוויינט דער חתם סופר, אז דער באשעפער בויעט אונז פאלאצען און גלות און מען גוט אונז שוין גלייך בארעכטיגונג, איז ווער ווייסט ווי לאנג נאך מיר וועלען זיין און גלות.

דאס גאנצע ענין פון "טולעראנץ" און "גלייך בארעכטיגונג" פארדינט זיך א באזינדערע אשכול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יתכן מאוד
איך טרעף נישט דעם מבשר צדק
קען איינער דאס אפירזוכען לטובת הרבים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

msp האט געשריבן: קענסטו אפשר צושטעלען א לינק ביטע
א דאנק


איך טרעף נישט קיין לינק, האב איך געטראפען דעם ספר מבשר צדק להגה"ק רבי ישכר דוב אב"ד זלאטשוב בעל בת עיני על חידושים ושו"ת - מהדורת עין יוסף ברוקלין תשע"א.
איך וועל מעתיק זיין דעם ערשטן פאראגראף (דף רעג):

"עודינו תכלינה עינינו על שבר בת עמינו, שהייתי יושב ומשתומם על המראה הקשה שבא אלינו הפקודה ביום ה' לעת ערב בעסק שינוי השמות, נפעמתי ונדכיתי עד מאוד שלא קם רוח בי, והנה בא אל בית תחנתי את שאהבה נפשי הלא הוא הרבני מו' יעקובקי בהגאון אב"ד מפראג וסיפר לי בשם איך שהם התעוררו ג"כ ויחרד לבם בקרבם על הדבר, וביותר שאיש אחד שנסע מכאן קודם שבא הפקודה הנ"ל היגיד להם שלא נשמע בכאן, וסרו לאמר רק עליהם עבר הכוס, ובאמת גם אנחנו חלינו כמותם, ונתתי לבי ובינותי בספרים אם הוא בכלל שאמרו חכמים למסור א"ע ולא יעבור".

דא גייט ער אריין אין די חלק הלכה, בקיצור הדברים אז היות דער מלכות האט געזאגט בפירוש אז ס'איז ל"צורך ותיקון המדינה בעסק המשפטים, ועכ"פ לא גילוי דעתם דהכוונה להעביר", ממילא דארף מען זיך נישט מוסר נפש זיין.

היות דער גזירה האט נישט פארלאנגט זיך צו רופען מיט גוי'עשע נעמען אדרבה יעדער האט זיך געקענט נעמען סיי וועלעכע פאמיליע נאמען ער וויל נאר, קען מען דאס נישט אנרופען "להעביר על הדת".

ער ענדיקט צו זיין תשובה:
וה' הטוב יבטל מעלינו כל גזירות קלות וחמורות ויגזור עלינו גזירות טובות וישועות, כל זאת כתבתי ללמוד זכות על ישראל הנתונים בצוקה שלא יהיה עליהם קטרוג ושום מכשול ופוקה. אמנם לכל זאת ידוה לב כל הדויים ... והמזכירים את ד' אל דמי לכם ואל תתני דמי לו, ולקבוע בכל יום אמירת תהלים ופסוקי דרחמי שיהפוך לב ... ושריו עלינו לטובה וגם לעורר לב הנגידים ושרי הפרתמים דקהלתכם שישימו לבם על דבר זה לדבר באזני השרים ... על אזניהם לאמר שמעו ותחי נפשכם לחתור חתירות ולמצוא תרופה לעם ד' וזכות אבותם מסייעתם ולעולם תעמוד צדקתם.
ע"כ.

ס'איז מורא'דיק די לשונות ווי אזוי זיי האבען בשעתו דאס אנגעקוקט ווי אזא שרעקליכע גזירה, עד כדי כך צו מען דארף זיך לאזען הרג'ענען על קידוש השם דערוועגן.


אין די הערה'ס דארט:
בענין לקרות בכינויי שמות הנכרים עי' שו"ת מהר"ם שיק יו"ד סי' קס"ט דפסיק דהוי איסור דאורייתא
ועיין שו"ת צפנת פענח סימן רה"ע דכתב דכל שמות הספרדיים בלשון ערבי תרגום של לשה"ק היתה ולכך אין בזה איסור.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א גרויסער דאנק, הרב יש להוסיף
טאקע מען זעהט ווי אזוי גדולים האבען באטראכט יעדער ענין מיט די ריכטיגע בליק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

איך האב די גאנצע תשובה פון דער זלאטשובער רב , נאר איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען דאס דא ארויפלייגן.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זיס האט געשריבן: איך האב די גאנצע תשובה פון דער זלאטשובער רב , נאר איך ווייס נישט ווי אזוי מען קען דאס דא ארויפלייגן.

אויב איז פייל צו גרויס קענסטו עס אפלאודען צו דראפבאקס אדער WeTransfer.com און נאכער אהערלייגן די לינק
אדער קענסטו מיר עס שיקן אין אימייל און איך וועל עס טוהן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

לינק צו דאונלאודן די תשובה, יישר כח הרב זיס

http://wtrns.fr/Ugc2Pdgg2wpwh_X
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דאס דאונלאודן האט עקספייערט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שיינע שטריימעל
שר האלף
תגובות: 1204
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינע שטריימעל »

אינטערסאנט צו וויסן וועלעכע לעצעטע נעמען עס איז היינט דא די מערסעטע,
אין סאטמאר איז די פיר מערסעטע לעצעטע נעמען, 1] ווייס 2]שווארטץ 3]פריעדמאן 4]קליין
אינטערסאנט צו וויסן וועלעכע עס איז אין אנדערע מקומות?
ברייטע טירן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 09, 2022 2:15 am

Re: משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייטע טירן »

אחד מי יודע?

וואס איז די נאמען Gerő אין אידיש?

און וואס זענען Deszberg, Gyárfás?
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

msp האט געשריבן:
ניין
מיט וואס איז אזוי שרעקליך די גזירה?
געוואוינט אין קאלוב א צדיק ר' ישראל חיים ב"ר יהודה ארי' ברוין ער האט זיך גערופן ר' ישראל חיים "העברי" זיך נישט צו רופן מיט א לעצטע נאמען. זעהט אויס עס האט יא עפעס אן ענין
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ווען איז געווארן אז א משפחת וויינשטאק האט א חלק זיך אנגעהויבן רופן גפן אדער פארקערט?
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”