לויט ווי איך ווייס. ס׳איז פייער פרוף און מאכט א פיינע דשאב. ס׳האט נישט די שעדליכקייט וואס די געלע אינסולעישאן האט.
כהאב געבויט א וואנט דערמיט אויף 7 פרענקלין צו אפהאלטן די גערידער און אויפן צווייטן זייט אינעווייניג איז געווען מיין סטודיאו ווי מ׳האט רעקארדירט די איך האב ליב די הייליגע יום טוב אלבומס.
שטייצעך אז מיין וואנט האט געהאט דאבל שיטראק פון צוויי ערליי דיקקייטן (די צוויי דיקקייטן העלפט בלאקירן און ציווארפן די ווייבראציע פינעם קול ווייל עס ווייברירט אויף באזונדערע פריקווענסיס) כ׳האב געהאט א גרינע עפּאַקסי גלו צעווישן די צוויי שיטראק וואס האט געהאלפן קאנווערטן די סאונד ענערדשי צו היץ ענערדשי. (סייענס וויאזוי עס ארבייט) די איידיע איז געווען צו האבן א זייער דענס-דיקע וואנט וואס וועט נישט ווייברירן און אדורך לאזן די פרענקלין טרעפיק גערידער. די פרעים איז געווען געמאכט מיט 2x4 און געבּרעסט 3 מאל האריזאנטל. די וואנט איז געווען פעסט!