ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?
-להלכה ולא למעשה-
איך פרעג נישט אויף למעשה און קיינער זאל נישט טוהן למעשה ע"פ וואס ווערט דא געשריבן.
אויף למעשה פרעג דיין לאקאלע [אדער דייקא נישט דיין לאקאלע] רב
איינער איז היינט צוגעקומען צו מיר אינמיטן לערנען אין מיין לאקאלע ביהמ"ד, מיט א ספר אין די האנט, די ספר איז א ספר וואס קיינער האט דאס שוין נישט געעפענט לעצטע פאר יאר לכאורה, און ער פרעגט מיר צוֹ איך האלט אז ער קען דאס ארויסנעמען פאר אפאר טעג צו נוצען אינדערהיים.
איך האב איהם גלייך געזאגט אז איך בין נישט דער וואס קען בכלל געבען רשות, און איך ווייס נישט ווער איז דא די גבאי האוצר, פרעג די אחראי אויף די ספרים.
למעשה אבער, האט זיך אנגעהויבען א גאנצע שמועס אויף דעם נושא, אויף די הלכה'דיגע חלק שבו, וואס אויבן אויף קוקט עס אויס אינטרעסאנט און לכאורה אפגעפרעגט, אבער למעשה בין איך זייער צומישט און מבולבל וואס איז די ריכטיגע תשובה ע"פ תורה.
איינער האט מנדב געווען א ש"ס\ספר צו א היכל התורה\ביהמ"ד, האט ער דאס געגעבען פאר די עולם צו נוצען. אין אנדערע ווערטער איז דאס א געוויסע הקדש פאר'ן קהל.
די פשוט'ער תירוץ וואס די עולם גייט זאגען איז, אז ער האט עס מנדב געווען על דעת ס'זאל בלייבען לטובת הציבור, און די ציבור זאל עס אייביג קענען נוצען און הנאה האבען פון דעם, און אויב איינער וועט דאס ארויסנעמען וכו' גייט עס איין שיינער טאג געבארגט ווערען און קיינמאל צוריק קומען. איז מיין שאלה, איז דאס א שיור אין די הקדש, דהיינו- אז ער האט איבערגעלאזט פאר זיך אדער פאר'ן גבאי די זכות צו אסר'ן דאס ארויסנעמען? מיט וואספארא כח קען מיך די גבאי האוצר אסר'ן צו לערנען מיט די ספר אינדערהיים?
ווער איז בעה"ב אויף א ספר אין ביהמ"ד?
ווער קען געבען רשות ארויסצונעמען א ספר פון ביהמ"ד?
איז עס בכלל שייך צו איינעם צו באשליסען?
אויב איך וויל נומען א ספר פאר אפאר שעה אינדערהיים און גלייך שפעטער צוריק ברענגען, קען מיך איינער בכלל אסערען?
ס'איז דא בתי מדרשים וואס שטייט ארויסגעשריבן 'חרם הקדמונים' נישט ארויסנעמען א ספר פון בימ"ד, איז דא אזא חרם?
[פארוואס שטייט נישט 'חרם הקדמונים' נישט צו גאנבענען? איך האב פארשטאנען אז מען מאכט נישט קיין חרם אויף א איסור דאורייתא, און ממילא אז ס'איז טאקע נישט קיין גניבה ווען איינער נעמט ארויס ע"מ צוריק צו ברענגען, ולכך האט מען געדארפט שרייבן 'חרם הקדמונים'. ומכאן השאלה איז גא אזא חרם? אויב יא, ווי?]
איך האף אז איך האב מיר גוט מסביר געווען און ס'איז קלאר וואס איך מיין צו פרעגען. אפשר איז עס דברים פשוטים, אבער ביי מיר קוקט עס נישט אויס אזוי פשוט.