עם הספר: אינטרעסאנטע אידישע דרוקען
עולם של מעלה.
בתוך פארשידענע געשראבעכטץ ווערט אפט דערמאנט כל מיני זעלטענע חיבורים,אינז יודען זענען באקאנט איבער דער גארער וועלט און אין אלע דורות אלס דעם עם הספר.
דער עולם ווייסט פין די באקאנטע גרויסע דרוקעריי שטעט ווי ווארשא,ווילנא, לבוב-לעמבערג,פיעטרקוב,ברלין,סלאוויטא,זיטאמיר וכדומה אבער עס איז מפליא על הרעיון נאכצוגיין און זעהן אז ווי אימער אפאר יידעלעך האבען זיך בייזעצט האט געווענליך נאכגעפאלגט א התייסדות פון א בית דפוס.
אמאל א פולקאמע דרוק און צימאל א מעכאנישע סארט דרוק ווי סטיריאוטייף,ליטאגראפיע און שפעטער קאפיעס. היינטיגע צייטען האלטען אן די מסורה חסידי חב"ד וואס זייט הכרזת מבצע תניא איז כמעט נישט דא קיין שטאט און דערפעל ווי מען האט ניט געדרוקט דעם תניא,אבער זיי מאכען נאר א נייע קאפי פאר די שער בלאט בין איך מסופק צו מען קען עס אנרופען ניי דרוקען.
עס איז דא א ספר פין משה רוזענפעלד בשם 'הדפוס העברי מראשיתו עד שנת ה'תשח' וואס ברענקט א קיימא לן פון 1079 שטעט ווי מען האט געדרוקט, אבער למעשה אסאך זענען לאטיינישע ביכער וואס האבען אין זיך אביסעל לשון קודשדיגע אותיות.
וויל איך דא מייסד זיין א אשכול געווידמעט פאר דעם נושא,און ווער עס האט און ווייסט פין אינטרעסאנטע און זעלטענע דרוקען אז מכובד ארויפצושטעלען,עס מיז נישט זיין דייקא ספרים נאר עס קען זיין ירחונים,כתבי עת,קול קורא'ס,פולמוס, לוחות שנה,דפים בודדים. און יידען במקומות פזוריהם האבען דאך גערעדט די לאקאלע שפראך אויך קען מען שטעלען בשפת יידיש,דייטש,פוליש,רומעניש,טאטאריש,פרסית,רוסיש,לאדינו,אונגעריש,הולאנדיש,
וכו.וכו.
איך בעט שטארק אז מען זאל נישט סתם שרייבען אז אין א געוויסע שטאט איז געדרוקט יענעם און יענעם חיבור אדער די מספר ספרים געדרוקט דארט,נאר טוב מראה עינים שטעלען א בילד צו לפחות א לינק ווי מען קען דאס זעהן.