ג. דער גאון אליינס האט זיך געפירט מיט געוויסע מעשי חסידות. ער איז געגאנגען אין מקווה שבת אינדערפרי (וואס איז געווען א גרויסע 'עוולה' ביי די ליטאים). ער האט געזאגט ה' מלך ביי של"ס (כפי עדותו פונעם בעל שומרי אמונים שראה זאת). ועוד.
ד. ער איז געווען א גרויסע חסיד פון רבי מאטעלע הארנאסטייפל וספריו. ער האט געזאגט פאר כמה אז דאס ביסל יראת שמים וואס ער האט, דאס קומט וואס זיין טאטע האט געלערנט מיט אים אלס קינד ספרי רבי מאטעלע. ער אליינס שרייבט אין צוויי בריוון רוב הערצו פאר ספרי רבי מאטעלע.
ממי_שאמרוהאט געשריבן:↑מאנטאג אפריל 01, 2024 11:00 am
צ"ק
די וועלט דערציילט אז דער ר' חיים פרץ האט נישט געהאט קיין קינדער פאר אפאר יאר און דער הארנאסטייפלער האט געהייסן זיך אינטערנעמען צו געבן א נאמען ישראל יעקב נאכן זיידע, און בזכות זה איז דער סטייפלער גאון געבוירן געווארן.
בנו הג"ר חיים קיינבסקי זצ"ל האט אמאל פארציילט ברבים פאר כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א ווען ער איז געקומען שרייבן א אות אין א ס"ת, אז נאכדעם וואס די ערשטע רביצין פון ר' חיים פרץ איז אוועק און ער האט נאכנישט געהאט קיין 'יונגלעך', איז ער געקומען פרעגן פונעם הארנאסטייפלער אויף א געוויסע שידוך וואס מ'האט איהם אנגעטראגן, האט איהם דער הורנסטייפלער געזאגט אז טאמער ער וועט נעמען דעם שידוך וועט ער זוכה זיין צו יונגלעך. וכך הוה און ער האט טאקע א נאמען געגעבן נאכן טשערקאסער זי"ע. (ער האט נישט פארציילט דעם פרט אז ער האט געהייסן געבן א נאמען נאכן זיידע).
שמעתי ממו"ר מסקווירא שליט"א בשם הג"ר חיים קרייסווירטה זצ"ל מאנטווערפן אז דער סטייפלער זצ"ל האט איהם פארציילט די מעשה און ער האט איהם צוגעלייגט נאך א פרט, אז דער הורנסטייפלער האט איהם צוגעלייגט אז טאמער ער וועט נעמען דעם שידוך וועט ער האבן יונגלעך, "און זיי וועלן באלייכטן די וועלט מיט תורה"! און דער סטייפלער האט אויסגעפירט: "דער חלק פון די ברכה איז שוין נישט מקויים געווארן"...
כ'האב געזעהן אראפברענגן אז דער סטייפלער האט פארציילט אז ביי זיין ברית איז דער הורנסטייפלער געווען דער סנדק און ער האט געזאגט די ברכות, ווען ס'איז געקומען צו 'ויקרא שמו בישראל' האט ער זיך אויסגעדרייט צו ר' חיים פרץ און געווארט אז ער זאל זאגן די נאמען, אבער ער איז געבליבן שטיל און ער האט גארנישט געענטפערט... האט דער הורנסטייפלער געזאגט אז אפילו מ'געבט די נאמען פאר'ן רבי'ן איז אבער דא א ענין אז דער פאטער זאל ארויסזאגן די נאמען ביים ברית, און דער סטייפלער האט אויסגעפירט: "אבער מיין טאטע איז געווען א גרויסער חסיד און מרוב פחד האט ער נישט געקענט עפענען זיין מויל"...
ממי_שאמרוהאט געשריבן:↑מאנטאג אפריל 01, 2024 11:00 am
ד. ער איז געווען א גרויסע חסיד פון רבי מאטעלע הארנאסטייפל וספריו. ער האט געזאגט פאר כמה אז דאס ביסל יראת שמים וואס ער האט, דאס קומט וואס זיין טאטע האט געלערנט מיט אים אלס קינד ספרי רבי מאטעלע. ער אליינס שרייבט אין צוויי בריוון רוב הערצו פאר ספרי רבי מאטעלע.
שמעתי אז ער פלעגט זיך אויפשטעלן פאר יעדע הארנסטייפלער אייניקל וואס איז אריינגעקומען צו איהם.
אויב איך האב נישט קיין טעות האט הג"ר חיים פארציילט דעמאלס כנ"ל אז זיין טאטע האט געזאגט אז זיין יראת שמים קומט פון די ספרים פון דער 'טשערקאסער' און פונעם בת עין.