I think you're confusing two different things. The Vagos loop will be a 35 mile system connecting los vagos with tunnels with tesla vehicles shuttling around people you will not be able to bring your own car which answers the questions about traffic etc.
Then there's the Hyperloop which is a different concept of tunnels in a vacuum tube where trains could go to 700 mph
איך האב דאס שוין געשריבן אויפן צווייטן פעיזש פונעם אשכול
מי חכם האט געשריבן:
א פשוט'ער טונעל פון אנדערטהאלבן מייל, פיל מיט טעסלא קארס און דרייווערס צו טראגן און ברענגען דעם עולם (אנשטאט מען זאל וואקן אביסעלע...)
נישט קיין שלעכטער געדאנק צו האבן איבעראל וואו עס איז דא טראפיק, און דער עולם האט זיכער זייער הנאה געהאט פון די סערוויס. אבער מען רעדט נישט דא - דערווייל - פון קיין שום חידושים אדער דורכברוכן.
אויף די פאזיטיווע זייט, האט די גאנצע מעשה אפגעקאסט בלויז 50 מעלאנעס (נישט קיין 40 ביליאן...) און עס האט נאך אפשר אפילו די פאטענציאל צו אריינברענגן עפעס געלט די אינוועסטמענט זאל זיך אויסצאלן, אנשטאט צו אפקאסטן א ביליאן דאלער יערליך אין אינטערעסט פעימענט'ס
די CES לעצטע וואך איז בלויז געווען א געלעגנהייט פאר די בארינג קאמפאני צו צייגן פאר די אינוועסטירער עפעס פראגרעס, און פאר מאסק ארום צו חוש'ן כדרכו.
דער אמת איז אז אין די אלגעמיינע מידיא איז דאס בכלל נישט געווען קיין גרויסער מצב, עס איז שווער געווען צו טרעפן נייעס ארטיקלען וואס רעדן בכלל פון דעם. דא אויף אייוועלט איז עס אבער א דבר המצוי צו טרעפן אשכולות מיט באמבעדיגע קעפלעך און תגובות וואס געבן דעם אנשטעל אז מען רעדט פון א גרויסע סענזאציע און די גאנצע וועלט פארט יעצט אויף רעדער מיט די ברעכנדע אנטוויקלונג.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
די טעכנאלאגיע פון טראנספארטאציע אין א וואקיום אין א טונעל, אדער א רער איז נישט ניי. די טעכנאלאגיע ווערט באנוצט צו שיקן פאסט און קליינע פעקלעך איבער קורצע שטרעקעס און עס איז שוין פאקטיש געווען אזא סארט באן אין באנוץ איןאירלאנדמיט ארום צוויי הונדערט יאר צוריק. אבער די לאגיסטיקס, פרייז און זיכערהייט זארגן מאכן די געדאנק גענצליך נישט פראקטיש צו ווערן באנוצט אינדרויסן פון וויסנשאפטליכע און נאוועלטי פעלער, כאטש די פיזיקס קען מעגליך ארבעטן אין טעאריע.
ניו יארק סיטי האט געהאט אזא סיסטעם פאר פאסט פאר איבער 125 יאר צוריק (אזא מין פארצייטישע אימעיל...). פאר מער זעהדא
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.