זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36593
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
איך דארף אויסהערן אנדערהאלב שעה שט...ם?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9521
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק / ברסלב
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: בייגעלייגט אן אוצר פון ברסלבער ניגונים אויף די אויבנדערמאנטע זמירות ליל שבת קודש
מה יפית
[url=htt
געהערט אמאל זייער אן ענליכער ניגון אויף "יום זה לישראל אורה ושמחה". דוכט זיך אז עס איז מקובל אין דושינסקיא און ערלוי ושאר יוצאי אונגארן.
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
farshlufen האט געשריבן: איך דארף אויסהערן אנדערהאלב שעה שט...ם?
ס'איז נאר 45 מינוט, הער פון בערך 11 מינוט אריין
- סטאוו יא פיטא
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20280
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק / ברסלב
יידישע קהילות האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: בייגעלייגט אן אוצר פון ברסלבער ניגונים אויף די אויבנדערמאנטע זמירות ליל שבת קודש
מה יפית
[url=htt
געהערט אמאל זייער אן ענליכער ניגון אויף "יום זה לישראל אורה ושמחה". דוכט זיך אז עס איז מקובל אין דושינסקיא און ערלוי ושאר יוצאי אונגארן.
ס'די זעלבע ניגון, מסתמא א אלטע אשכנזי'שע ניגון
https://www.dropbox.com/s/mbo7h28s4big8 ... 0.mp3?dl=0
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!
זרע קודש נצבים
זרע קודש נצבים
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
האט איינער אפשר א פי די עף פין זמירות שבת וואס מען קען ארויספרינטען.
וואס דו זאגסט איז גוט אפילו וואס די זאגסט נישט!!!
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
קווערטי האט געשריבן: שיינע זאכן אויף שמעלצער די וואך:
חסיד'ישע נגינה: דער זמר "יום שבתון אין לשכוח"
אין א שמועס מיט הרב שמואל זלמן קליינמאן ווערן געדעקט די מקורות, מנהגים און ידיעות איבער דעם פיוט - אויך אלערליי קאמפאזיציעס וואס זענען דערויף פארהאן - לכבוד פרשת נח, ווען "יונה מצאה בו מנוח"
https://www.yiddish24.com/music/134/48123
גאר א רייכער באלערנדער שמועס מיט רעקארדונגען און בירורים. שטארק הנאה געהאט.
ווער איז דער קליינמאן, דאס איז דער וואס שרייבט אין עתיקין גליון?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17852
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:קווערטי האט געשריבן: שיינע זאכן אויף שמעלצער די וואך:
חסיד'ישע נגינה: דער זמר "יום שבתון אין לשכוח"
אין א שמועס מיט הרב שמואל זלמן קליינמאן ווערן געדעקט די מקורות, מנהגים און ידיעות איבער דעם פיוט - אויך אלערליי קאמפאזיציעס וואס זענען דערויף פארהאן - לכבוד פרשת נח, ווען "יונה מצאה בו מנוח"
https://www.yiddish24.com/music/134/48123
גאר א רייכער באלערנדער שמועס מיט רעקארדונגען און בירורים. שטארק הנאה געהאט.
ווער איז דער קליינמאן, דאס איז דער וואס שרייבט אין עתיקין גליון?
יא.
- עילוי נפלא
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 461
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: מ'זאגט נאך פון הרב שך זצ"ל, אז ער האט געזאגט די סיבה פארוואס ער האט ליידער נישט זוכה געווען צי קיין ספעציעל ערליכע קינדער איז צוליב זיין גרינגשעצונג אין זמירות שבת, ער פלעגט לערנען קצות בשעת די זמירות... ס'איז ברייט באקאנט ביי די ליטווישע ציבור
און לעומת דעם האט ער געהאט א שכן א וויזניץ חסיד נישט קיין ריזן ת''ח אבער ער האט זוכה געווען צו בנים מופלגים מאד בתויר''ש אין רב שך זצ''ל פלעגט איהם צו הערן יעדן וואך מאריך זיין בשלחנו האט ער געזאגט אויף איהם אזוי און זיך אזוי
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
סאיז מיר קוקט מיר אויס אז מהאט נישט געזינגען צמאה נפשי אין די רבישע הויפן ווייל סאיז כמעט נישט באקאנט קיין ניגונים אויף דעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט ערגעץ אן אנדערע ניגון חוץ די גאר באקאנטע וואס קומט פון?
גראדע געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אין וו"ב שמחת תורה ביי ר"א לייטנער ז"ל עפעס גאר א ווארעמע קאכעדיגע ניגון אויף צמאה נפשי, וואס כהאב אינערגעץ אנדערשט נישט געהערט בעפאר אדער נאכדעם איינער ווייסט פין וואו עס קומט?
גראדע געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אין וו"ב שמחת תורה ביי ר"א לייטנער ז"ל עפעס גאר א ווארעמע קאכעדיגע ניגון אויף צמאה נפשי, וואס כהאב אינערגעץ אנדערשט נישט געהערט בעפאר אדער נאכדעם איינער ווייסט פין וואו עס קומט?
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
אז איינער פון אונזערע ידידים קענען ווען צאמנעמען די אלע ניגונים וואס ווערן געברענגט אין דעם אשכול לפונדק אחד און עס שיין מסדר זיין וכו' און לייגן אויף דראפבאקס וכדו' וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך, אני הקטן האב פשוט נישט די צייט דערצו, מילא וויל איך בעטן אויב איינער קען זיך מנדב זיין עס צו טון
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
מאקאווער האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 05, 2022 9:32 pmאז איינער פון אונזערע ידידים קענען ווען צאמנעמען די אלע ניגונים וואס ווערן געברענגט אין דעם אשכול לפונדק אחד און עס שיין מסדר זיין וכו' און לייגן אויף דראפבאקס וכדו' וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך, אני הקטן האב פשוט נישט די צייט דערצו, מילא וויל איך בעטן אויב איינער קען זיך מנדב זיין עס צו טון
- סוואליעווער אייניקל
- שר האלף
- תגובות: 1900
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
- לאקאציע:אין מערב אירופה
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
הרה"ח ר' יהושע העלער
ז"ל
פלעגט זינגען א לאנגע הערליכע ניגון אויף 'צור משלו'
יעצט צו זיין פטירה איז מיר דער ניגון ארויפגעשוואומען, און עס נייגערט מיר שטארק פון וואנעט ער שטאמט?!
אפשר איז דאס איינער פון די ניגונים וואס דער לינק ארבעט שוין נישט.
לסימן, ער פלעגט זינגען דעם פאל:
על ציון, על ציון משכן, משכן ציון, ציון משכן, משכן ציון, משכן כבודך
איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
אגב, מיין זיידע [אן אויבערלענדישער] זינגט אויך דעם ניגון, אבער אסאך קערצער און צושניטען...

באמערק איך אן אינטערסאנטע זאך אין דעם ניגון:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ↑ דינסטאג דעצעמבער 08, 2020 6:28 pmצור משלו - לא ידוע
כ'האב זיך היינט אנגעשטויסן אין דעם צור משלו, אנהייב גייט עס בנוסח כליזמר שפעטער ווערט עס מער הארציג. איינער האט אן אהנונג פון ווי דאס שטאמט?
לכאורה האט דער אמרי חיים זי"ע פון דעם ניגון גע'גנב'עט דעם פאל פון 'הזן את עולמו'
און ארויפגעלייגט אויף די ווערטער פון 'אמת ממצרים גאלתנו' דו"ק ותשכח
מיט א קליינע שינוי סוף די פאל
(און די צווייטע פאל פון כל בכוריהם הרגת, האט שוין לכאו' דער אמרי חיים אליין געבויעט על דרך די ערשטע פאל, נאר אויף א העכערן טאן)
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
ווייסט איינער ווער ס'האט פארפאסט דעם צור משלו וואס ס'איז דא אויף שבת'דיג?
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
- פאנטאזיע פליער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3757
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8785
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
Garden האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:06 pmסאיז מיר קוקט מיר אויס אז מהאט נישט געזינגען צמאה נפשי אין די רבישע הויפן ווייל סאיז כמעט נישט באקאנט קיין ניגונים אויף דעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט ערגעץ אן אנדערע ניגון חוץ די גאר באקאנטע וואס קומט פון?
גראדע געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אין וו"ב שמחת תורה ביי ר"א לייטנער ז"ל עפעס גאר א ווארעמע קאכעדיגע ניגון אויף צמאה נפשי, וואס כהאב אינערגעץ אנדערשט נישט געהערט בעפאר אדער נאכדעם איינער ווייסט פין וואו עס קומט?
די באקאנטע קומט פון מאדזיץ
בנוגע ר' אברהם לייטנער ז"ל איז טאקע אינעטערעסאנט צו הערן, איינער ווייסט?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- אליקים געציל
- שר חמש מאות
- תגובות: 817
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
- לאקאציע:אין i-בערשטענס וועלטל
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
כ'ווייס נישט וועלכע ניגון איהר רופט 'די באקאנטע'.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 11, 2024 9:09 pmGarden האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:06 pmסאיז מיר קוקט מיר אויס אז מהאט נישט געזינגען צמאה נפשי אין די רבישע הויפן ווייל סאיז כמעט נישט באקאנט קיין ניגונים אויף דעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט ערגעץ אן אנדערע ניגון חוץ די גאר באקאנטע וואס קומט פון?
גראדע געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אין וו"ב שמחת תורה ביי ר"א לייטנער ז"ל עפעס גאר א ווארעמע קאכעדיגע ניגון אויף צמאה נפשי, וואס כהאב אינערגעץ אנדערשט נישט געהערט בעפאר אדער נאכדעם איינער ווייסט פין וואו עס קומט?
די באקאנטע קומט פון מאדזיץ
בנוגע ר' אברהם לייטנער ז"ל איז טאקע אינעטערעסאנט צו הערן, איינער ווייסט?
די באקאנטע הארציגע ניגון וואס מ'זינגט נאך יעדן שטיקל: לבי לבי, לבי לבי, לבי ובשרי וכו' (ווערט געזינגען אין בורשטין)
דאס איז פון פיטסבורג.
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8785
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
אליקים געציל האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 13, 2024 7:17 pmכ'ווייס נישט וועלכע ניגון איהר רופט 'די באקאנטע'.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 11, 2024 9:09 pmGarden האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:06 pmסאיז מיר קוקט מיר אויס אז מהאט נישט געזינגען צמאה נפשי אין די רבישע הויפן ווייל סאיז כמעט נישט באקאנט קיין ניגונים אויף דעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט ערגעץ אן אנדערע ניגון חוץ די גאר באקאנטע וואס קומט פון?
גראדע געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אין וו"ב שמחת תורה ביי ר"א לייטנער ז"ל עפעס גאר א ווארעמע קאכעדיגע ניגון אויף צמאה נפשי, וואס כהאב אינערגעץ אנדערשט נישט געהערט בעפאר אדער נאכדעם איינער ווייסט פין וואו עס קומט?
די באקאנטע קומט פון מאדזיץ
בנוגע ר' אברהם לייטנער ז"ל איז טאקע אינעטערעסאנט צו הערן, איינער ווייסט?
די באקאנטע הארציגע ניגון וואס מ'זינגט נאך יעדן שטיקל: לבי לבי, לבי לבי, לבי ובשרי וכו' (ווערט געזינגען אין בורשטין)
דאס איז פון פיטסבורג.
ריכטיג, געהאט פיטסבורג אין געדאנק געשריבן בטעות מאדזיץ
יישר כח
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
- נזר הנבונים
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 406
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
אין דינוב-מונקאטש זאגט מען דעם פיוט מיט א הארציגע תנועה שמחת תורה פאר די זעקסטע הקפה. זעט אויס אז דאס האט נישט ספעציעל מיט שבת. קען זיין סזענען דא נאך חסידות׳ער וואס זינגען עס בזמנים שונים.Garden האט געשריבן: ↑ זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:06 pmסאיז מיר קוקט מיר אויס אז מהאט נישט געזינגען צמאה נפשי אין די רבישע הויפן ווייל סאיז כמעט נישט באקאנט קיין ניגונים אויף דעם, איך האב קיינמאל נישט געהערט ערגעץ אן אנדערע ניגון חוץ די גאר באקאנטע וואס קומט פון?
גראדע געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אין וו"ב שמחת תורה ביי ר"א לייטנער ז"ל עפעס גאר א ווארעמע קאכעדיגע ניגון אויף צמאה נפשי, וואס כהאב אינערגעץ אנדערשט נישט געהערט בעפאר אדער נאכדעם איינער ווייסט פין וואו עס קומט?
איך מיין אז תולדות אהרן רבי האט אן אייגן ניגון אויף צמאה נפשי, אין קרעטשניף זינגט מען אויך עפעס א פייערדיגע ניגון
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
קרעטשניף זינגט די זעלבע ווי וויזניץ.נזר הנבונים האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 13, 2024 9:03 pm
אין דינוב-מונקאטש זאגט מען דעם פיוט מיט א הארציגע תנועה שמחת תורה פאר די זעקסטע הקפה. זעט אויס אז דאס האט נישט ספעציעל מיט שבת. קען זיין סזענען דא נאך חסידות׳ער וואס זינגען עס בזמנים שונים.
איך מיין אז תולדות אהרן רבי האט אן אייגן ניגון אויף צמאה נפשי, אין קרעטשניף זינגט מען אויך עפעס א פייערדיגע ניגון
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- Purple Water bottle
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 4:04 pm
- לאקאציע:נעבן קאמפיוטער
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
אויף קול בחצרות איז דא היינט א רעקארדירונג פון האדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א ביים זינגען די בלאזוב'ע צמאה נפשי, אויב איינער האט א קלארע רעקארדירונג פון די ניגון שיין אראפגעשפילט ביטע ארויפשטעלן
- Smoothly
- שר העשר
- תגובות: 28
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 30, 2023 11:11 am
- לאקאציע:ווענד זיך אין די צייט
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק / ברסלב
מיין זיידע זינגט עס אויף יום זה לישראל, אבער אביסל אנדערש, און אויף מער א לעבעדיגע פארנעם.סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 08, 2021 9:53 amס'די זעלבע ניגון, מסתמא א אלטע אשכנזי'שע ניגוןיידישע קהילות האט געשריבן:געהערט אמאל זייער אן ענליכער ניגון אויף "יום זה לישראל אורה ושמחה". דוכט זיך אז עס איז מקובל אין דושינסקיא און ערלוי ושאר יוצאי אונגארן.סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
https://www.dropbox.com/s/mbo7h28s4big8 ... 0.mp3?dl=0
- Smoothly
- שר העשר
- תגובות: 28
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 30, 2023 11:11 am
- לאקאציע:ווענד זיך אין די צייט
Re: זמירות #10 - שאר זמירות לליל שב"ק
אלס בחור ווייסעך איז ער געווען משגיח אין ערלויער ישיבה, איך דארף אים טאקע פרעגן צו ער האט עס גענומען פון דארט.