סאיז באקאנט די מחלוקה וואו מלייגט די פינטעל ביי וְהָשֵׁב אֶת הָעֲבוֹדָה לִדְבִיר בֵּיתֶךָ, וְאִשֵּׁי יִשְׂרָאֵל וּתְפִלָּתָם בְּאַהֲבָה תְקַבֵּל בְּרָצוֹן צו ואישי ישראל גייט עקסטער אז די אייבערשטער זאל מחזיר זיין די עבודה און אזוי אויך זאל די אייבערשטער זיך צוהערן צו די איידישע תפילות, אדער אן א פינטעל אז די אישי ישראל וואס דאס איז היינטיגע צייטן די תפילות פון יידישע קינדער תקבל ברצון. אזוי צו אזוי יה''ר תפילתנו תתקבל ברחמים אמן
יפה כח הבן מאב פשוט פשט איז אז די זון טויגט מער ווי די טאטע די חסידשע טייטש איז אז מען לייגט די פינטעל נאכן אב, טייטש די אלע כוחות וואס די זון פארמאגט. קומט מאב.. קרעדיט: דרעזנער שמעלצער שמועס
א גוט מארגען אקעי דאס איז נישט קיין פסוק און אויך נישט קיין פינטעלע.. אבער דאך א טייטש מיטן זעלבען גאטונג פון איבערדרייען די פשט מען זאגט נאך פון בעלזע רב זי''ע אז ער האט געטייטשטכאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותופשטות קוקט אויס ווי מען מען בעט אז אזויווי דאס יאר נאר געקענט מאכען א סדר זאל מען קומענדיגע יאר קענען זוכה זיין צו גיין צו די העכערע מדריגה און קענען מקריב זיין די קרבן פסח זאגט דער רב אז די העכערע מדריגה איז די סדר פון די יאר! אונזער תפילה איז, אזכאשר זכינו לסדר אותואיז דאך געווען אן השתוקוקת און א רצון מיט א שלימות, בעט מען די אייבערשטער אז קומענדיגע יאר אי''ה וועט דאך משיח דאך אוודאי זיין מיט ביהמ''ק זאל דינזכה לעשות אותוזיין מיט די זעלבע מדריגה ווי די סדר מיט די געגועים!!
טשעירמאןהאט געשריבן:↑דינסטאג אפריל 02, 2024 10:56 am

דאס איז א מהלך וואס ווערט אפט געניצט ביי צדיקי לבית בעלזא, אז די געגועים אין גלות איז עפעס וואס מ’גייט זיך בענקן דערויף. און עס איז טאקע דא נאך אזעלכע ווערטער, מיט דעם זעלבן שורש אין בעלזא. לדוגמה: "תשורי מראש אמנה" (שיר השירים), אמר רבי יוסטאי: הר הוא ושמו אמנה והוא בכניסה לארץ ישראל. אמר רבי אלעזר בן רבי יוסי: כשיגיעו באחרית הימים מכל הגלויות לשם, יהיו אומרים שירה, לכן נאמר "תשורי מראש אמנה".
פרעגט בעלזא רב זי"ע, משטייט דאך שוין אינדרויסן פון ארץ ישראל, ממש ביים שוועל, גיי אריין נאך אפאר מעטער און זאג שירה אין ארץ ישראל??
נאר, די אידן גייען וועלן אריינכאפן נאך איינמאהל זאגן שירה פארן אייבערשטער ’טאקע נאך אין גלות’.