מאכטפולע ערדציטערניש טרייסלט טייוואן
דאס איז די שטארקסטע אין די לעצטע 25 יאר אינעם זעלבע אומגעגענט.
יאפאן און טייוואן האבן ארויסגעשטעלט א צונאמי ווארענונג פאר די שטחים נעבן די בארטנס.
עס איז באריכטעט געווארן קליינע שינויים וואס קען אנדייטן אויף א מעגליכע צונאמי. עס איז געזען געווארן העכערע כוואליעס אויף איין ארט. אבער עס איז דערווייל נישט דא קיין ערענסטע זארגן דערוועגן.
א טייל פון א פיצקעלע אונזל נישט ווייט פון טייוואן האט זיך איבערגעבראכן אדאנק די ערדציטערניש.
טייוואניזער בירגער באקלאגן זיך אז זיי האבן נישט באקומען קיין שום ווארענונג איבער די ערדציטערניש.
די שנעל-צוג אין טייוואן האט אפגעשטעלט אלע אפעראציעס פאר דערווייל. אזוי אויך איז די אינטערנעט פארבינדונג פארהאנקעט געווארן אין א צאל ערטער אין טייוואן צוליב די ערדציטערניש.