תצוה - מיין קשר מיט'ן כהן גדול...

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

תצוה - מיין קשר מיט'ן כהן גדול...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אין פרשת תצוה איז די תורה הקדושה מאריך מיט די בגדי כהונה, די שיינע הייליגע קליידער וואס זענען געמאכט געווארן פאר אהרן הכהן. ווי אויך איז די תורה הקדושה מקדים און שרייבט וועגן די שמן זית זך וואס מ'האט געדארפט ברענגן אנצוצינדן די מנורה אינעם משכן.

לאמיר אביסל מעיין זיין און זיך אריינטוהן אין די ערשטע פסוק פון אונזער פרשה: וְאַתָּה תְּצַוֶּה אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, דער אייבישטער הייסט פאר משה רבינו אז ער זאל באפעלן כלל ישראל, וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת זָךְ כָּתִית לַמָּאוֹר לְהַעֲלֹת נֵר תָּמִיד, אז זיי זאלן ברענגן ריינע לויטערע אויל וואס איז געשטויסן געווארן פון די איילבירטן כדי צו באלייכטן דעם נר תמיד, די שטענדיגע ליכט פון די מנורה וואס וועלן ברענען אין משכן.

איז צום ערשט באמערקט מען דאָך תיכף אז משה רבינו'ס נאמען ווערט נישט דא דערמאנט, און דער טעם שטייט אין בעל הטורים אז וויבאלד משה רבינו האט געזאגט פאר השי"ת ווען די אידן האבן געזינדיגט און געמאכט דעם עגל, אז טאמער דער אייבישטער וועט זיי נישט מוחל זיין "וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ" אז דער אייבישטער זאל אויסמעקן משה רבינו'ס נאמען פון די תורה, און א קללה פון א חכם ווערט מקויים. [חז"ל זאגן אפילו אויב א חכם האט געמאכט א קללה מיט א תנאי, למשל ווי דא, אז נאר אויב הקב"ה וועט נישט מוחל זיין די אידן דעמאלטס זאל ווערן אויסגעמעקט משה רבינו'ס נאמען, דאָך אבער דארף די קללה אביסל מקויים ווערן אפילו למעשה האט דער אייבישטער יא מוחל געווען די אידן]. און דעריבער איז זיין נאמען אויסגעמעקט געווארן פון די פרשה צוליב יענע קללה. לאמיר פארשטיין וואס איז די פנימיות'דיגע כוונה דערפון, און וואס איז דער קשר און שייכות דוקא אהער צו פרשת תצוה און צו די ענינים וואס ווערן דא דערמאנט.

צווייטענס, וואס איז די לשון פון "תְּצַוֶה" באפעלן וואס ווערט דא דערמאנט, לכאורה וואלט השי"ת בלויז געקענט הייסן פאר משה רבינו צו זאגן גלייך וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת, פונקט ווי ס'שטייט אין פרשת תרומה וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה, אָן קיין באזונדערע לשון פון 'ציווי' פון פריער.

דריטענס, פארוואס דארף די תורה אויסשמועסן דעם ענין פון "כָּתִית לַמָּאוֹר" אז מען האט צושטויסן די איילבירטן און ארויסגענומען אויל פון זיי, וואס דאס ווייסט דאָך יעדער איינער וויאזוי מען מאכט שמן זית, און וואס פעלט אויס דאס ארויסצושרייבן.

און בכלל, וואס איז די שייכות פון די פרשה פון שמן זית צו די בגדי כהונה וואס ווערן דערמאנט אין די המשך הפרשה.

דער גוי וואס האט געוואלט זיין כהן גדול
לאמיר אנהייבן אונזער שמועס מיט א מעשה וואס ווערט דערציילט אין די גמרא מסכת שבת (דף ל"א.) און ווערט אויך געברענגט אין אבות דרבי נתן (פרק ט"ו) מער באריכות: אז עס איז אמאל געווען א גוי וואס איז אדורכגעגאנגען אינדרויסן פון א בית המדרש, און געהערט ווי א קינד לערנט דעם פסוק אין אונזער פרשה "וְאֵלֶּה הַבְּגָדִים אֲשֶׁר יַעֲשׂוּ חֹשֶׁן וְאֵפוֹד וּמְעִיל וּכְתֹנֶת תַּשְׁבֵּץ מִצְנֶפֶת וְאַבְנֵט", האט איהם אנגעכאפט א חשק צו די שיינע טייערע בגדים, און ער איז געגאנגען צו שמאי הזקן, און ער פרעגט איהם "רבי, פאר וועמען שטייט אין די תורה אז מ'מאכט אט די גאנצע כבוד?" האט איהם שמאי געענטפערט אז דאס ווערט געמאכט פארן כהן גדול וואס שטייט און טוט די עבודה אין בית המקדש. רופט זיך אָן דער גוי, רבי זיי מיך מגייר כדי איך זאל קענען ווערן כהן גדול און איך וועל טוהן די עבודה און האבן די שיינע בגדים. האט איהם שמאי געזאגט "דו מיינסט טאקע אז עס פעלט אונז מענטשן צו מאכן פאר כהן גדול, אז מיר דארפן צוקומען צו עפעס א פרעמדער גר וואס קומט צו וואַנדערן מיט זיין שטעקן און טאַשקע?", און אזוי האט איהם שמאי אוועקגעשיקט, זאגענדיג אז ס'איז אינגאנצן נישט נוגע למעשה...

איז דער גוי געגאנגען צו הלל הזקן און ער בעהט פון איהם די זעלבע בקשה אז ער זאל איהם מגייר זיין כדי ער זאל קענען ווערן דער כהן גדול. ענטפערט איהם הלל, זעץ זיך אוועק, איך וויל דיר עפעס ערקלערן. שטעל זיך פאָר דו ווילסט אריינגיין צו מלך בשר ודם, וואלסטו געוויס געמוזט מאכן א הכנה פריער און זיך אויסלערנען די סדר וויאזוי מ'גייט אריין און ארויס פון א קעניג, פונקטליך וויאזוי מען דארף זיך דארט אויפפירן, נו אויב דו ווילסט אריינגיין אין קדשי קדשים און טוהן די עבודה ווי דער כהן גדול און מקבל פנים זיין דעם מלך מלכי המלכים הקב"ה, מוזטו דאָך זיכער זיך לערנען פריער פונקטליך אלע פרטים וויאזוי מען טוט די עבודה.

ווען דער גוי האט געהערט די ווערטער פון הלל איז עס איהם געפעלן און ער האט פארשטאנען אז ער מוז זיך קודם טאקע זעצן לערנען, און ער האט אנגעהויבן צו לערנען אלף בית און דערנאך חומש. ווען ער איז אנגעקומען צום פסוק "וְהַזָּר הַקָּרֵב יוּמָת", אז א זר טאר זיך נישט דערנענטערן צום אוהל מועד, האט ער זיך געוואנדן צו הלל און געפרעגט אויף וועמען גייט ארויף דער פסוק, האט איהם הלל ערקלערט אז יעדער וואס איז נישט קיין כהן איז אין דעם כלל, אפילו דוד מלך ישראל איז אויך נישט ערלויבט אריינצוגיין אינעווייניג.

דעמאלטס האט דער גוי געמאכט א פשוט'ע קל וחומר אויף זיך, אז מה-דאָך אידישע קינדער וואס ווערן אנגערופן בנים למקום, בני בכורי ישראל, און אויף זיי האט השי"ת געזאגט ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש, און דאָך טארן זיי זיך נישט דערנענטערן און אריינגיין ווייטער ווי זיי זענען ערלויבט, אויב אזוי וועט א פרעמדער גר מיט זיין שטעקן און טאשקע אודאי נישט מעגן אריינגיין אינעווייניג. אבער אצינד אז ער האט שוין געהאט א שטיקל ידיעה אין אידישקייט, און ער האט פארשטאנען אז עס זענען דא הלכות און דינים, און אפילו דוד מלך ישראל קען אויך נישט אלעס טוהן וואס זיין הארץ באגערט, האט ער זיך בארואיגט, און ער האט באשלאסן זיך מגייר צו זיין לשם שמים אפילו ער וועט נישט קענען זיין א כהן גדול. [און די גמרא פירט דארט אויס די מעשה אז דער גר איז צוריק געקומען צו הלל און איהם באדאנקט און אויסגעלויבט זיין עניוות און סבלנות אויף דעם וואס ער האט איהם נישט דערווייטערט, נאר אנשטאט דעם איהם צוגעפירט צום אמת].

יעדער האט זיך זיין מקום אין עבודה
הכלל, חכמינו ז"ל דערציילן אונז די מעשה מיט'ן גר, זיכער מיט די כוונה אז מיר זאלן עפעס ארויסלערנען דערפון. לאמיר טאקע דערהערן די עומק הדברים וואס איז ער געוואויר געווארן נאכ'ן לערנען וואס דאס האט איהם געמאכט טוישן זיין מיינונג און זיך יא וועלן מגייר זיין אָן צו ווערן דער כהן גדול.

נאר די טעות פונעם גר איז געווען, ער האט משתוקק געווען אנצוקומען די העכסטע און ווייטסטע וואס איז שייך, און מיט רעכט! ער האט געוואלט שטייגן און באמת דערגרייכן גאר הויכע מדריגות און השגות. אבער זיין טעות איז געווען אז דאס קען ער נאר עררייכן דורכ'ן ווערן דער כהן גדול אליינס, דאס הייסט נאר אויב ער וועט זוכה זיין אנצוטוהן די הייליגע בגדי כהונה און אריינגיין אינעווייניג אין קדשי קדשים און טוהן די עבודה, און ווילאנג ער קומט נישט אָן ביז אהין, איז טייטש אז ער האט נאכנישט דערגרייכט דעם שפיץ און די הויכפונקט פון וואס א איד קען דערגרייכן.

אבער נאכן לערנען און משיג זיין, האט ער זוכה געווען צו פארשטיין אז כהונה גדולה איז נישט געמאכט פאר יעדעם, און פונקט ווי דוד המלך קען נישט זיין דער כהן גדול, און ס'איז נישט קיין שום חסרון אין דוד המלך'ס גרויסקייט די פאַקט אז ער איז נישט קיין כהן גדול. [ווי אויך פארקערט, דער כהן גדול קען נישט זיין דער מלך, און עס איז נישט קיין חסרון אין זיין מדריגה]. די זעלבע זאך האט יעדער איד זיין פלאץ און זיין מקום וואו ער דארף זיך געפונען, און אויך א 'גר מיט'ן שטעקן און טאשקע' האט זיך זיין פלאץ און זיינע מדריגות צו וואס ער קען זוכה זיין, וואס נישט דער כהן גדול און נישט דער מלך קענען לכאורה האבן זיין דרגא פון מסירות נפש און השתוקקות צו השי"ת און
זיין תורה, און אזוי ווייטער.

אלע אידן זענען אייניג און הקב"ה איז בוחר אין יעדעמ'ס עבודה
נאך מער, דער כהן גדול איז פשוט געווען דער 'שליח ציבור' וואס האט געדארפט אריינגיין אינעווייניג און פארטרעטן גאנץ כלל ישראל מיט די עבודה, אבער באמת האט יעדער איד זיין חלק און זיין השתתפות אינעם ציבור און אין די עבודה אין בית המקדש. ווי עס איז מבואר אין ספה"ק קדושת לוי אין אונזער פרשה (ד"ה ונשא אהרן את שמותם) דער טעם פארוואס אויפן חושן איז געווען אויסגעקריצט די נעמען פון די צוועלף שבטים, אנדערש ווי געווענליך ווען מ'דערמאנט בעיקר די זכות אבות, אברהם יצחק ויעקב, אבער דא האט השי"ת געהייסן אז מ'זאל אויסקריצן דייקא די נעמען פון די שבטים. דאס איז צוליב דעם, וויבאלד אויף אהרן הכהן שטייט אין פסוק (דברים י"ח ה') כִּי בוֹ בָּחַר ה' אֱלֹקֶיךָ מִכָּל שְׁבָטֶיךָ לַעֲמֹד לְשָׁרֵת בְּשֵׁם ה' הוּא וּבָנָיו כָּל הַיָּמִים, וועט דאָך א איד קענען מיינען אז אהרן איז געווארן אויסגעוועלט, ווייל איהם האט דער אייבישטער ליב געהאט מער פון יעדן, און די אנדערע אידן זענען נישט אזוי חשוב, זאגט דער קדושת לוי, "לכן היו חקוקים שמות השבטים להראות שגם בהם חפץ ה' ואוהב אותם" דעריבער האט מען אויסגעקריצט די נעמען פון אלע שבטים, צו ווייזן אז אלע אידן זענען אייניג, יעדער איז הייליג טייער און חשוב, און דער כהן גדול איז בלויז דער שליח ציבור וואס איז כולל און פארטרעט יעדן איינעם מיט די עבודה.

אגב, ביי די מְעִיל פונעם כהן גדול שטייט אין די תורה אז עס האט געהאט ספעציעלע גלעקלעך פון אונטן וואס האבן זיך געשאקלט און געמאכט א רעש ווען דער כהן גדול איז געגאנגען, און ווי די תורה זאגט (כ"ח ל"ה) וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בְּבֹאוֹ אֶל הַקֹּדֶשׁ לִפְנֵי ה'. דער בעל הטורים ברענגט דארט אויפן פלאץ א מסורה וואו עס ווערט דערמאנט דריי מאל די ווארט 'ונשמע' אין תנ"ך, איין מאל דא וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בְּבֹאוֹ אֶל הַקֹּדֶשׁ, א צווייטע מאל אין פרשת משפטים וַיֹּאמְרוּ כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע, און א דריטע מאל אין מגילת אסתר וְנִשְׁמַע פִּתְגָם הַמֶּלֶךְ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה בְּכָל מַלְכוּתוֹ כִּי רַבָּה הִיא.

וואס איז די קשר און די שייכות פון די דריי פסוקים צוזאמען?, האבן מיר געהערט אמאל א טייער ווארט פון אדם גדול, אז די תורה הקדושה קומט לערנען פאר א איד: אויב מיינט ער אז "וְנִשְׁמַע קוֹלוֹ בְּבֹאוֹ אֶל הַקֹּדֶשׁ לִפְנֵי ה'" נאר די קול פונעם כהן גדול ווערט דערהערט אין הימל; נאר די צדיקים און די גרויסע לייט זיי האבן א זכיה אז זייער עבודה האט א חשיבות און עס איז עושה רושם, זאל ער וויסן אז יעדער איד וואס איז מקבל אויף זיך עול תורה ומצוות, וַיֹּאמְרוּ כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע, און נישט קיין חילוק וועלכע סארט עבודה פון גרויס ביז קליין, "כֹּל" אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' - יעדע זאך, יעדע פעולה, יעדע עבודה, האט א חשיבות און ס'ווערט מקויים ביי דעם "וְנִשְׁמַע פִּתְגָם הַמֶּלֶךְ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה בְּכָל מַלְכוּתוֹ כִּי רַבָּה הִיא", ווי מיר ווייסן פון ספרים הקדושים אז איבעראל וואו עס שטייט 'המלך' אין די מגילה מיינט עס דעם אייבישטער, זאל ער וויסן אז יעדעס מאל ער איז מקבל אויף זיך עול מלכות שמים און ער טוט סיי וועלכע מצוה אדער דבר טוב פארן אייבישטער, און נישט קיין חילוק וואו אין די וועלט ער געפונט זיך, אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה בְּכָל מַלְכוּתוֹ, אין יעדן ווינקל פונעם מלכות פון השי"ת וואס איז מלא כל הארץ כבודו, אפילו אין די ווייטסטע און פארשטופסטע פלאץ, אפילו ס'איז גאר גאר ווייט פון אוהל מועד אדער קדשי קדשים, "כִּי רַבָּה הִיא", איז עס אויך גרויס, חשוב, און הייליג!.

דער כהן גדול ווערט דערהויבן נאר דורך כלל ישראל
נישט נאר זענען אלע אידן אייניג און הייליג און זייער עבודה איז חשוב, נאר עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים אז די מדריגות און די קדושה פונעם כהן גדול, אלעס שטאמט נאר מכוח די אידן. כלל ישראל זיי זענען די וואס געבן די כוח און די קדושה פארן כהן גדול צו קענען אריינגיין.

און אזוי שטייט אין מדרש אין אונזער פרשה (שמו"ר ל"ז א') ואתה הקרב אליך את אהרן אחיך... בא וראה אומות הקדמונים כשהיו מבקשים להעמיד להם מלך היו מביאים מכל מקום ומעמידים עליהם... אבל ישראל אינו כן אלא מהם גדוליהם, מהם מלכיהם, מהם כהניהם, מהם נביאיהם, מהם שריהם... וכן הוא אומר ואתה הקרב אליך את אהרן אחיך ואת בניו אתו, מהיכן מתוך בני ישראל.

דאס הייסט דער מדרש טייטשט די ווערטער פונעם פסוק אין אונזער פרשה (כ"ח א') וְאַתָּה הַקְרֵב אֵלֶיךָ אֶת אַהֲרֹן אָחִיךָ וְאֶת בָּנָיו אִתּוֹ "מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" לְכַהֲנוֹ לִי, אז ביי כלל ישראל האט מען נישט גענומען קיין מלכים, כהנים גדולים, נביאים, וכדומה, פון פרעמדע פעלקער אזויווי די גויים פלעגן טוהן, נאר אלעס איז געווען 'מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל' דווקא פון כלל ישראל אליינס.

יעצט פארשטייט זיך אז סתם די עצם ענין אז דער כהן גדול אדער דער מלך איז געווען דוקא א איד, דאס איז דאָך נישט אזא גרויסע חידוש, אפילו די גויים זוכן נישט בדרך כלל צו ברענגן א פרעמדער קעניג אדער שר, הגם ס'האט זיך טאקע געמאכט אמאל ביי זיי (ווי דער מדרש ברענגט ראיות פון פסוקים) אבער אודאי נישט דאס איז די עיקר כוונה און לויב פון כלל ישראל אז זייערע גדולים זענען אידן און נישט פון די גויים.

נאר ווי ס'איז מבואר אין ספרים די כוונת הענין, אז דער מדרש איז מדגיש אז די גאנצע קדושה פון דער כהן גדול און פונעם מלך, דאס אלעס קומט "מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל" נאר דורך די אידישע קינדער, מהם גדוליהם, מהם מלכיהם, מהם כהניהם, מהם נביאיהם, מהם שריהם... אלעס שטאמט 'מהם' נאר פון זיי, נאר דורך די קדושה פונעם גאנצן ציבור צוזאמען און פון יעדן איינציגסטן איד, נאר דורך זיי האבן די גדולי ישראל געקענט זוכה זיין צו וואס זיי האבן זוכה געווען.

אין דעם ענין ווערט דערציילט אז עס האט פאסירט אמאָל ביי הרה"ק בעל ישמח ישראל פון אלכסנדר זי"ע, ווען ס'איז געווען א גרויסע עולם ביים טיש און מ'האט זיך גאר שטארק געשטיפּט, און ספעציעל איז געווען א שטיפּעניש ארום דעם ישמח ישראל ווייל מענטשן האבן געוואלט צוקומען צום רבי'ן, און פון גרויס ענגשאפט איז אויסגעקומען אז מענטשן האבן זיך ממש אריינגעשטיפט אין זיין בענקל אריין, האט דער משמש אנגעהויבן צו שרייען אויפן עולם אז זיי זאלן זיך רוקן "עטס הייבט'ס דאָך די שטיהל"... ווען דער ישמח ישראל האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופען מיט זיין הייליגע עניוות, "אזוי איז עס באמת, נאר זיי הייבן דעם שטיהל!, און אָן זיי וואס וואלט ווערד געווען דער בענקל?", מיינענדיג צו זאגן דערמיט אז זיין כוח אליינס איז באמת גארנישט ווערד ווען נישט די חסידים ארום איהם וואס קומען צו איהם און ווילן הערן זיינע הייליגע רייד, נאר דורך זיי איז ער זוכה משפיע צו זיין אויף זיי, און ממילא קומט אויס אז "זיי הייבן זיין שטיהל" אז עס זאל זיין עפעס ווערד... (ספר גדולת הצדיקים)

די פסוקים אין אונזער פרשה
ווי ליכטיג ווערט מיט דעם צו פארשטיין פארוואס די נאמען פון משה רבינו ווערט נישט דערמאנט אין אונזער פרשה, וויבאלד משה רבינו האט געזאגט "וְאִם אַיִן מְחֵנִי נָא מִסִפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ", דאס הייסט אז ער האט משיג געווען און געוואוסט אז זיין גאנצע קדושה קומט בלויז פון כלל ישראל, און דעריבער האט ער געזאגט צו השי"ת אז אויב איז ער נישט מוחל די עבירה פון כלל ישראל דעמאלטס זאל מען אויך איהם אויסמעקן פון די ספר תורה, ווייל משה רבינו אליינס אָן כלל ישראל איז גארנישט.
און דערפאר שטייט א לשון פון וְאַתָּה 'תְּצַוֶּה' אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וואס ווי מיר ווייסן אז די לשון 'ציווי' איז א ענין פון זירוז און שטארקן, ווי רש"י ברענגט אין פרשת צו, ווייל דער רבוש"ע איז דא 'מזרז' כלל ישראל און לאזט זיי הערן זייער גרויסקייט און זייער הייליגקייט, טאקע ווען מען גייט לערנען איבער די בגדי כהונה און די קדושה פונעם כהן גדול, דארפן זיי אבער וויסן ווי חשוב און ווי הייליג זיי אליינס זענען! מען דארף נישט זיין דער כהן גדול וואס גייט אנגעטוהן מיט'ן חושן ואפוד און גייט אריין לפני ולפנים אין קדשי קדשים, נאר יעדער איד האט א חלק אין די עבודה און איז באליבט ביים אייבישטער.

ווי דער מדרש זאגט טאקע אנהייב פון אונזער פרשה אז די שֶׁמֶן זַיִת זָךְ כָּתִית לַמָּאוֹר איז מרמז אויף כלל ישראל, כלל ישראל ווערט צוגעגליכן צו א זית. און בדרך רמז, פונקט ווי א איילבירט איז די איינציגסטע פרי וואס ווען מ'צושטויסט עס קומט ארויס פון דעם א נייע מציאות, א גאנצע נייע דערהער פון שמן זית וואס קען לייכטן און ברענען, דאס זעלבע איז דער איד, ער פארמאגט אין זיך אן אוצר, מען דארף איהם נאר אויסקוועטשן און ארויסנעמען זיין פנימיות, און דעמאלטס קומט ארויס א הערליכע שיין און ליכטיגקייט, לְהַעֲלֹת נֵר תָּמִיד!. יעדער איד איז א אוצר חביב וואס זיין עבודה קען דערגרייכן גאר ווייט, פונקט ווי די עבודה פונעם כהן גדול וואס גייט אריין אין קדשי קדשים.

די כוח פון משפיע זיין נאר אין זכות פונעם מקבל
אבער באמת, אז מיר וועלן זיך מתבונן זיין, ליגט דא נאך א גאר טיפע געדאנק. לויט ווי מיר האבן יעצט גערעדט אז די חשיבות און די גרויסקייט פון משה רבינו און אהרן הכהן און אלע גדולי ישראל, שטאמט טאקע נאר "מִתּוֹךְ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל", לערנען מיר נאך א וויכטיגע יסוד.

די גמרא דערציילט אין מסכת יומא (דף ע"א:) אז איינמאל מוצאי יום כיפור ווען די אידן האבן אהיימבאגלייט דער כהן גדול נאכן טוהן די עבודה, האבן די אידן פלוצלינג באמערקט די צוויי גדולי הדור שמעיה און אבטליון, און דער עולם האט איבערגעלאזט דעם כהן גדול און אנשטאט דעם געגאנגען באגלייטן שמעיה און אבטליון. שפעטער ווען שמעיה און אבטליון זענען געגאנגען זיך געזעגענען פונעם כהן גדול, האט זיי דער כהן גדול געטשעפעט און געזאגט "יתון בני עממיא לשלם", וויבאלד זיי האבן געשטאמט פון גרים האט ער זיי אנגערופן "די קינדער פון די פעלקער". האבן זיי צוריק געענטפערט "יתון בני עממין לשלם דעבדין עובדא דאהרן" מיר זענען טאקע אייניקלעך פון די פעלקער, אבער מיר טוען די מעשים פון אהרן הכהן וואס איז געווען א אוהב שלום ורודף שלום, אבער דו טוסט פארקערט און דו ביסט מצער אנדערע.
דער קאזניצער מגיד זי"ע אין ספה"ק עבודת ישראל לייגט צו, אז שמעיה און אבטליון האבן געוואלט מרמז זיין פארן כהן גדול, דו ביסט טאקע אריין אינעם קודש הקדשים און געטוהן די עבודה, אבער באמת זענען מיר "דעבדין עובדא דאהרן" מיר האבן געטוהן די עבודה פונעם כהן גדול, דורך אונזערע הייליגע כוונות און יחודים וואס מיר האבן געמאכט אינדרויסן, נאר אין דעם זכות האסטו געקענט אריינגיין אינעווייניג און טוהן די עבודה. קומט אויס אז באמת האבן שמעיה און אבטליון געטוהן די גאנצע עובדא
דאהרן.

פארשטייט זיך אז דער קאזניצער מגיד זי"ע רעדט פון גאר דערהויבענע מדריגות פון צדיקים וואס האבן מייחד געווען יחודים און געטוהן גאר גרויסע זאכן וואס האבן געהאלפן דעם כהן גדול אריינגיין אין קדשי קדשים. אבער באמת אזויווי מיר האבן דערמאנט האט יעדער איד א חלק דערין, און אין א געוויסע וועג איז יעדער איד א טייל פונעם "עבדין עובדא דאהרן" מיט זיין עבודה, און דער כהן גדול דארף איהם פארדאנקן.

ממש אזוי שטייט אין ספה"ק מאור ושמש אין אונזער פרשה, ווי ער דערמאנט בתוך דבריו הקדושים: כשנוסעים חברת אנשים להצדיק מחמת שבא בלבם איזה התעוררות שרוצים לעבוד ה' באמת... ועל ידי אתערותא זאת גורמים לצדיק שבא לו קדושה גדולה מהבורא ב"ה שכליות חדשות לחדש בתורה חידושים עצות טובות והנהגות טובות איך לעבוד ה'... וזהו תועלת הצדיק שהקב"ה משפיע לו שכליות חדשות בתורה ועבודה בשבילם. ווען אידן קומען צו א צדיק כדי צו בעטן עצות און הדרכה אין עבודת השי"ת, איז דער רבוש"ע משפיע שכל פארן צדיק אז ער זאל טאקע קענען מחדש זיין חידושים און נייע עצות און וועגן אין עבודת השי"ת צו קענען דערמיט מדריך זיין זיינע תלמידים.

אין אנדערע ווערטער, דער משפיע דארף וויסן און געדענקן אז אָן זיינע מקבלים וואס הערן איהם אויס און ווילן מקבל זיין פון איהם, איז ער אליינס גארנישט ווערד. פונקט ווי דער כהן גדול האט געדארפט צוקומען צו די עבודה און קדושה פון כלל ישראל איהם אויפצוהייבן, דאס זעלבע איז יעדער איינער וואס האט א געוויסע גרויסקייט, נישט קיין חילוק אויב ער איז א מנהיג, א רבי, א מלמד, א טאטע, אדער סיי ווער עס גיבט איבער פאר אנדערע, דארף ער וויסן און געדענקן אז עס גארנישט זיין אייגענס, דאס אלעס איז א מתנה מן השמים א דאנק זיינע ארומיגע און זיינע מקבלים ארום איהם, וואס נאר דורך זיי און צוליב זיי איז מען משפיע אויף איהם פון הימל אז ער זאל קענען געבן ווייטער און מיטטיילן מיט זיי.

דאס דארף אונז לערנען די ריכטיגע התבטלות און ענוה מיט וואס א איד דארף לעבן אלעמאל, און וויסן מחשיב צו זיין יעדער איינער וואס האט פונקט אזא חלק ווי איהם, שגם בהם חפץ ה' ואוהב אותם, ווי דער קדושת לוי זאגט. און נאך מער, זיין גאנצע גרויסקייט שטאמט בלויז פון זיי און אין זייער זכות.

לסיכום געדענק:
• מ'דארף נישט זיין דער כהן גדול, נאר יעדער איד האט זיין אייגענע פלאץ און אייגענע תכלית צו וואס ער דארף צוקומען, און א צווייטער קען דאס נישט טוהן.
• השי"ת האט ליב אלע אידן אייניג, דער כהן גדול איז בלויז א שליח ציבור, און נאר אין זייער זכות קען דער כהן גדול טוהן די עבודה.
• א משפיע דארף געדענקן אז ער באקומט זיינע כחות און השגות אין זכות פון זיינע מקבלים.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: תצוה - מיין קשר מיט'ן כהן גדול...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

pdf?
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: תצוה - מיין קשר מיט'ן כהן גדול...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

לחם לאכול האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 3:16 pm
pdf?
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”