ב. מען דארף ארויס האבן וואס די ריכטיגע צורת הבית איז,
דער מאן פירט די שטוב און די פרוי האט הנאה ווען ער פירט די שטוב, ער איז איר מכבד יותר מגופו ואוהבה כגופו, אבער דאס שטערט אים נישט פון זאגן זיין מיינונג, און עס טון, ווען עס שאדט איר נישט.
ער מעג זאגן א ניין, און זי האט הנאה דערפון.
זי דארף פון אים בעיקר איין זאך, סעקיוריטי מתוך אהבה.
ווען זי "הייסט" אים מיינט זי נישט צו הייסן, זי שמועסט זיך אויס, זי וויל אבער אז נאכן "אויסהערן" זאלסטו אריינקומען מיט דיין מיינונג.
ג. די פרוי פירט די שטוב ווירטשאפט און עס זענען דא זאכן וואס האבן בעיקר מיט איר און ער האט ווייניג וואס זיך צו טון מאכן דערין,איך מיין בעיקר די טעכנישע חלק אין קאך זאכן און אין שטוב ווירטשאפט.
ד. וויסן קלאר אז יעדע מענטש איז אנדערש, און עס מקבל זיין.
ווען ער וועט קלאר ווערן אין די אלע ענינים ועוד כמה כאלה, דאן וועט זיי זיין אסאך אסאך לייכטער זיך דורכצוקומען אן די אלע שוועריגקייטן און בייסעניש, און זיי וועלן בעז"ה האבן א זיס לעבן אינאיינעם.