וואס איז די מקור פון די ווארט.....

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

להודות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:30 pm
@קונטרס

1. עס איז לשון נקבה, אפשר דווקא צו זיין אנדערש פון א יו"ט.

2. מעגליך אז ס'איז בלשון חג ווייל אין די טייעי'ס שפראך האט עס אזוי געהייסן (חג איז פארהאן אין אראביש ביז היינט).

3. פון וואו האסטו גענומען די פראנצויזיש ווארט? ס'פּאַסט נישט אזוי אריין דא. אנדערע ווילן טוישן די גירסא אביסל.
1. אפשר, והיא הנותנת.
2. אין אזוי אויך ביי אלע גויים וואס האבן גערעט אראמיש.
3. אל"ר משה קטן, פאסט מער ווי אלע אנדערע שינוי גירסאות.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס איז דער מקור פון פארהאַנקערן(jamming)?

א זוך אויף אייוועלט צייגט עטליכע הונדערט מאל דאס ווארט. מאנכע לאזן אויס דעם ר' ביים סוף. אבער אין קיין שום פריערדיגן מקור זוכט עס זיך נישט אפ.

די איינציגע מעגליכקייט וואס איך קען טראכטן איז אז ס'קומט פון פאַראַנקערןא שיף. מ'טרעפט דאס גענוג אין פיגוראטיוון זין, אויף יעדער זאך וואס ווערט אריינגעשטעקט ערגעצוואו. די שאלה איז נאר וויאזוי דער ה' האט זיך דא פאר(ה)אנקערט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:55 pm
וואס איז דער מקור פון פארהאַנקערן(jamming)?

א זוך אויף אייוועלט צייגט עטליכע הונדערט מאל דאס ווארט. מאנכע לאזן אויס דעם ר' ביים סוף. אבער אין קיין שום פריערדיגן מקור זוכט עס זיך נישט אפ.

די איינציגע מעגליכקייט וואס איך קען טראכטן איז אז ס'קומט פון פאַראַנקערןא שיף. מ'טרעפט דאס גענוג אין פיגוראטיוון זין, אויף יעדער זאך וואס ווערט אריינגעשטעקט ערגעצוואו. די שאלה איז נאר וויאזוי דער ה' האט זיך דא פאר(ה)אנקערט.
אין א ווערטערבוך זע איך אז זיי זאגן 'פארהאקן' ביי jammed. סא דער שאלה איז ליבערשט וואו דער נ (און ר) האבן זיך געטון אנקערן...
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אפשר א קאמבינאציע פון די ביידע ווערטער...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אין אידיש ווערטער אוצר זע איך פארהאַנקערן

פזמון: צווישן 'שטייט' און 'גוסטע'...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 6:36 pm
צעשטרויבלט?

איך זע עס נישט אין ערגעץ. אויך א גוגל זוך ווייזט בלויז אייוועלט פאר דעם ווארט.
viewtopic.php?p=4911726#p4911726
אין די ערשטע אינטערוויו פון טאשנאד
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

פערפאסט/פארפאסטא בוך

ביי וויינרייך איז עס נישט דא, ביי הרכבי'ן יא
אין דייטש איז די ווארט צוזאמענגעזעצט.

@גרשון ייש"כ
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
ארגאן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 10:06 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגאן »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:33 am
פערפאסט/פארפאסטא בוך

ביי וויינרייך איז עס נישט דא, ביי הרכבי'ן יא
אין דייטש איז די ווארט צוזאמענגעזעצט.

@גרשון ייש"כ
דאס ווארט עקסיסירט אין דייטשיש פונקט אזויווי אויף אידיש: verfassen
mark (letters, words, or other symbols) on a surface, typically paper, with a pen, pencil, or similar implement.
compose, write, and send (a letter) to someone.
compose (a text or work) for written or printed reproduction or publication; put into literary form and set down in writing.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — https://www.heimishyiddish.com
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דער -ver פרעפיקס איז אנגענומען אין אידיש אלס פאר-.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

אלופי אלפי פאר טויזענטע מענטשן
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווייט פיש האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:56 pm
אלופי אלפי פאר טויזענטע מענטשן
דער מקור פאר די צוויי ווערטער איז דאך פשוט אין תורה.

דער מליצה איז א מליצה, כ'מיין נישט אז עס דארף א מקור. אבער זע דא א שמועס איבער דער באדייט viewtopic.php?p=4836773#p4836773 (עס דארף מיינען "טויזענטע חשוב'ע אידן").
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ביני לבין עצמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 6:30 am
לאקאציע:סטאק צווישן מיין מח און מיין הארץ

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביני לבין עצמי »

חוח בין השושנים האט געשריבן: זונטאג אפריל 25, 2021 9:10 pm
אז מ'רעדט שוין,
בינעך טאקע נייגעריג,
פון וואו שטאמט דער אויסדרוק 'קארפן קעפ'? האט עס שייכות מיט קארפ פיש?
גא"מ
אם אין אני לי מי לי וכשאני @ביני ל בין עצמי מה אני
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1873
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ביני לבין עצמי האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 1:52 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן: זונטאג אפריל 25, 2021 9:10 pm
אז מ'רעדט שוין,
בינעך טאקע נייגעריג,
פון וואו שטאמט דער אויסדרוק 'קארפן קעפ'? האט עס שייכות מיט קארפ פיש?
גא"מ
אפשר האט עס מיט דעם וואס די קארפ קעפ זענען ווערימיג..
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חוח בין השושנים האט געשריבן: זונטאג אפריל 25, 2021 9:10 pm
אז מ'רעדט שוין,
בינעך טאקע נייגעריג,
פון וואו שטאמט דער אויסדרוק 'קארפן קעפ'? האט עס שייכות מיט קארפ פיש?
"קארפן קעפ" זענען גרויס און צומאל ריזיג, בבחינת חתיכה הראוי' להתכבד, ובכן רופט מען אזוי די אז"ג "גרויסע קעפ".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

בעת שהיה הרה"ק מלובלין זי"ע אצל הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע נכנס ערב שבת לבית התבשיל, ואמר שרוצה להכין מאכל לש"ק בשבילו, ולקח הרה"ק מלובלין חתיכת דג, ומלח אותה, ושם אותה בהקדירה. בשעת מעשה היו שם כמה מתלמידי המגיד זי"ע, והיו מחייכים ביניהם על שעירב החתיכה שלו בקדירה גדולה של דגים, בחשבם איך יגיע אליו דוקא חתיכה זו שהכין לעצמו, בין התלמידים שהיו נוכחים שם הי' גם הרה"ק בעל התניא זי"ע, הלך ועשה סימן על החתיכה שהכין הרה"ק מלובלין. ובליל ש"ק ראה הבעל התניא שאותו החתיכה שהכין לו הרה"ק מלובלין הביאו לפני מי שישב ממש סמוך להרה"ק מלובלין, אמנם כשהתחיל הלה לטעום מן הדג מיד הרגיש לא טוב, והזיז הצלחת שלו להרה"ק מלובלין, וכך הגיע אליו מה שהכין לו מערש"ק. כשראה זאת בעל התניא אמר על הרה"ק מלובלין שבודאי יהי' אברך זה "א קארפן קאפ".
בשם מהרי"ד מבעלזא
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

וואס איז די שורש פון די ווארט דעצידירענד ?
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:18 pm

decidirán / decide
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:28 pm

ש'כח. ס'דא נאך א אויפן ווי מ'נוצט עס אין אין יודיש ?

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:35 pm

עס איז נישט ממש decide, נאר דאס איז דער שורש דערפון.

"דעצידירענד" איז עפעס אזויווי "the deciding factor".

קנאפער ידען האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:38 pm

מ'וואלט ווען געדארפט זאגן ''כ'האב דעצידירט נישט מיטצופארן''

היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:40 pm

מ'דארף נישט, מ'קען. אויך קען מען שרייבן אפגעמאכט, מחליט געווען, באשטימט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:33 am

באשלאסן
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פון וואו קומט דאס ווארט חלאקה, און צי איז דאס טאקע דער ריכטיגער אויסלייג?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:03 am
פון וואו קומט דאס ווארט חלאקה, און צי איז דאס טאקע דער ריכטיגער אויסלייג?
אראבישע ווארט עד היום הזה. גקומען צו אונז פין די פרענקן שבירושלים והגליל.
אלגעמיינע ריכטיגע אוסלייג אויף אראביש איז Hallaq די H פארטייציך ח' גרונית, די פרענקן זאגן חאלא-קע מלעיל, תימענע זאגן חלא-גע (הח' בשוא נח) (האט מסתמא אסאך מער אויסלייגן לפי המדינה), חסידים אנשי ירושלים זאגן חאלא-קע.
דער זעלבער שורש פון לשון קודש הן עשו אחי איש שער ואנכי איש חלק
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וואס איז די מקור פון די ווארט.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

חאלאקע איז ווארשיינליך די איינציגסטע אידישע ווארט מיט א ח'...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”