אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

משפט שלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 29, 2007 1:12 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפט שלום »

אנפאנג די וואך איז מיין קעשענע אין ווי אויך מיין באנק געווען ליידיג. אינגאנצן לעער. ניטאמאל א פרוטע לפורטה. ניטאמאל איין גרינע צעטעלע. איך האב פארמאגט גארנישט. מיט די לעצטע געלט וואס כ'האב געהאט, האבעך געקויפט פיש לכבוד שבת .


אה. עם. עם. פארגעסן צו זאגן...איך האב נישט קיין קרעדיט קארדס. איך שרייב נישט אויף. בדרך כלל. איך נעם נישט פון קיין שום צדקה. חלוקה....גארנישט... נאר וואס די אייבישטער וויל מיר געבן. דאס האב איך.
אפילו בארגן אויך נישט. אבער איך טו צוויי סגולות אויף פרנסה
1) מתפלל. אויף ברויט.פרנסה. עשירות.
2) איך ארבעט...
כמיין אז צוויי סגולות איז גענוג.

בקיצור א ליג 12ע ביינאכט אין בעט און איך הייב אן צו וויינען (אזוי ווי א בעבי) צום אייבישטער. באשעפער איך ברויך האבן געלט... אזוי האט דאס אנגעהאלטן פאר בערך 10-15 מינוט. אינמיטן וויינען הערך א דינג. פון מיין סעל. איינער שיק מיר א טעקס. איך זעע טשעיס זאגט מיר אז איינער האט אריינגעווארפן א שיינע סומע אין מיין אקאנט גענוג צו קענען קופן גראסערי פאר אפאר וואכן. יא דער יוד וואס איז מיר שילדיג געלט האט זיך יעצט דערמאנט ער וויל מיר באצאלן


כבין א תושב דא שוין יארן. געשריבן מיט מיין ספער ניק.
משפט שלום
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 29, 2007 1:12 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפט שלום »

פאר ווער עס טראכט אז... איך רעד שטותים
אטעטשמענטס
Screenshot_20230517-232530_Gallery.jpg
Screenshot_20230517-232530_Gallery.jpg (127.01 KiB) געזען 2425 מאל
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

וואוו!
פאר די אמונה אליינס איז עס שוין כדאי! אזא נאנטע קשר צום באשעפער! אההה! מקנא צו זיין....
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

משפט שלום האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:27 pm
אנפאנג די וואך איז מיין קעשענע אין ווי אויך מיין באנק געווען ליידיג. אינגאנצן לעער. ניטאמאל א פרוטע לפורטה. ניטאמאל איין גרינע צעטעלע. איך האב פארמאגט גארנישט. מיט די לעצטע געלט וואס כ'האב געהאט, האבעך געקויפט פיש לכבוד שבת .


אה. עם. עם. פארגעסן צו זאגן...איך האב נישט קיין קרעדיט קארדס. איך שרייב נישט אויף. בדרך כלל. איך נעם נישט פון קיין שום צדקה. חלוקה....גארנישט... נאר וואס די אייבישטער וויל מיר געבן. דאס האב איך.
אפילו בארגן אויך נישט. אבער איך טו צוויי סגולות אויף פרנסה
1) מתפלל. אויף ברויט.פרנסה. עשירות.
2) איך ארבעט...
כמיין אז צוויי סגולות איז גענוג.

בקיצור א ליג 12ע ביינאכט אין בעט און איך הייב אן צו וויינען (אזוי ווי א בעבי) צום אייבישטער. באשעפער איך ברויך האבן געלט... אזוי האט דאס אנגעהאלטן פאר בערך 10-15 מינוט. אינמיטן וויינען הערך א דינג. פון מיין סעל. איינער שיק מיר א טעקס. איך זעע טשעיס זאגט מיר אז איינער האט אריינגעווארפן א שיינע סומע אין מיין אקאנט גענוג צו קענען קופן גראסערי פאר אפאר וואכן. יא דער יוד וואס איז מיר שילדיג געלט האט זיך יעצט דערמאנט ער וויל מיר באצאלן


כבין א תושב דא שוין יארן. געשריבן מיט מיין ספער ניק.
מוירעדיג. הקב׳ה זאל דיר בענטשן עד בלי די !!!!
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

יעצט געהערט א מעשה מיט נעמען, היות די בעלי המעשה לעבן נאך ב"ה (דער באשעפער זאל זיי געבן אריכות ימים וכל מילי דמיטב) וועל איך שרייבן אן קיין נעמען.

א שיינער זומערדיגע מיטוואך, א וויליאמסבורגער אינגערמאן איז אויף'ן וועג צו בארא פארק, ביים היטש-פלאץ באמערקט ער א ירושלים'ער בחור'ל, ער פרעגט אים וואו ער דארף - 'צו די קאנטרי' קומט די ענטפער, דער אינגערמאן פרובירט פארשטיין וואס דא גייט פאר, און ס'ווערט נתברר אז דער בחור איז אנגעקומען קיין ניו יארק מיטן פלאן צו שאפן געלט פאר זיין חתונה, אבער מענטשן עפענען נישט די טירן, אין ביהמ"ד הערט ער אז דער עולם איז אין 'קאנטרי', האט ער אפגעמאכט אז ער ווענדט זיך צום 'קאנטרי', דער אינגערמאן פארשטייט שוין וואס דא גייט פאר, איז ער מסביר פאר דעם בחור'ל: די קעטסקילס איז אויסגעשפרייט אויף צענדליגע צענדליגע מיילן, יעדע כברת דרך וועסטו טרעפן נאך אפאר משפחות, און די ראשי המשפחה געפונען זיך דארט בד"כ נאר אין די וויקענד"ס, קום קיין בארא פארק, דארט איז מער אקטיוו אין די זוממער חודשים, איך וועל דיר שאפן א פיינעם אכסני-ה, און פרייטאג קענסטו נעמען א באס צו די קעטסקילס וואו דו וועסט פארברענגען שבת קודש ביי מיר אין באנגעלאו, און מוצ"ש/זונטאג וועל איך פרובירן זען וויאזוי איך קען דיר העלפן, פיין, געשלאסן, אינפארמאציע איז אויסגעטוישט געווארן, דער בחור האט באקומען א געשריבענעם צעטל מיט פונקטליכע אינסטרוקציעס וואו/ווען ארויף/אראפ צו גיין אויף/פון דעם אויטאבוס, והכל על מקומו יבא בשלום!

דאנערשטאג באקומט דער אינגערמאן א בשורה אז זיין חשובע מומע האט צוריק געגעבן איר נשמה ליוצרה, ער רופט גלייך זיין משפחה זאל זיך אומקערן קיין וויליאמסבורג פאר די וויקענד, מ'קען זיך נישט ארויס לאזן צו די קעטסקילס צו שפעט פרייטאג נאך-מיטאג...

פרייטאג ביים לווי' הערט זיין טעלעפאון נישט אויף קלינגען, ביז ער ענטפערט, 'האלאו?! יא, דא רעדט דער בחור פון די קאנטרי איך קום צו אייך אויף שבת איא?!" - דער איגערמאן פאנגט אן שוויצן 'גיב מיר אפאר מינוט, לאמיר זען וואס איך טוה דא'.

ער הייבט תיכף אויף א טעלעפאון צום מקווה-איד אין זיין באונגעלאו קאלאני, און בעט אים ער זאל אנפרעגן ביי די אידן וואס קומען זיך טובל'ן לכש"ק צו איינער קען אפשר אריין נעמען א בחור וואס האט נישט וואו צו זיין אויף שבת קודש (ביודעי ומכירי, גלייבט מיר מ'רעדט פון א פלאץ וואס איך בין געווען זיכער אז עטליכע וועלן זיך קריגן אויף די געוואלדיגע זכות, אבער רצה הקב"ה) און איבער צוואנציג אידן האבן 'פונקט' נישט געקענט.... זה כבה וזה בכה, ביז איין איד זאגט, יא! בשמחה רבה! זעץ אים שוין אריין ביי מיר אין קאר, ער האט גענומען דעם חתן צו זיין באנגעלאו, אים געגעבן אביסל טועמי-ה, און דערנאך געזאגט אז ער פארט צו זיין שווער וואונטשן א גוט שבת, אויב ווילסטו קענסטו מיטקומען צו מיין שווער.
זיי קומען אן צום שווער, און דער שווער (א באוואוסטער ריזן עושר) כאפט א שמועס מיט דעם חתן און איבערצייגט זיך אז דער איז א יודע ספר, ער פרעגט אים ווי אזוי ער הייסט, און זיין טאטענס נאמען, און אוואו זיי וואוינען, און זאגט אים 'קלינג מיר מוצאי שבת'.

אביסל שפעטער קלינגט דער עושר אריין צו זיין איידים 'לאמיר רעדן מיט דעם חתן' – דער חתן נעמט פארוואונדערטערהייט דעם טעלעפאון, און דער עושר פרעגט אים 'וויפול דארפסטו נאך אויף די חתונה, צו דעקן הכל בכל מכל?' נאך א שנעלע חשבון קומען זיי צו צו 40 טויזנט דאללער, דער עושר זאגט אים, איך בעט דיר פארגעס פון דעם, אי"ה זונטאג וועסטו האבן די גאנצע געלט, איך וועל זונטאג מאכן א בראנט"ש פאר מיינע רייכע חברים דא אין די קאנטרי, און בל"נ וועל איך משלים זיין וויפול ס'פעלט זיך אויס.

די בראנט"ש איז ב"ה געווען א געוואלדיגער סוקסע"ס און דער חתן איז ארויס מיט 46 טויזנט דאללער.

פלוצלינג קלינגט דעם חתן'ס טעלעפאון, דער וויליאמסבורגער אינגערמאן איז אויף די ליין, ער אנטשולדיגט זיך, און פרעגט אוואו ער קען אים קומען אפנעמען, ער וויל נאך אריין כאפן אים צו נעמען צו אפאר גבירים אין געגנט, דער בחור צושמייכלט זיך, באדאנקט אים העפליך, אבער זאגט אים אז ער האט א טיקעט קיין א"י אויף מארגן, 'אזוי?!' - פרעגט דער אינגערמאן – 'וואס איז געשען?'
דער בחור דערציילט אים די גאנצע מעשה, און פירט אויס אז ס'איז אים א שאד אנצוברענגען נאך דריי וואכן סתם אין חו"ל, האט דער גביר ארלעדיגט מ'זאל רוקן זיין טיקעט, ער זאל זיך שוין קענען צוריק זעצן צום זיסן גמרא.
דער אינגערמאן קומט תיכף אריבער אהין, און פרעגט דעם עושר וואס איז דא געשען? איר וואלט אים דאך געקענט געבן א שיינעם נתינה, אפילו א $1,800, אבער אזוי זיך איבער צו שטרענגען? וואס איז דא געשען?

זאגט אים דער עושר: הער א מעשה:
פאראיאר (קאראנע) האב איך געהאט א שטארקן תשוקה צו זיין במקום המקדש אין די דריי וואכן, מ'האט געדארפט איבער דרייען וועלטן צו קענען אריין גיין אין א"י, און ב"ה ס'מיר געלונגען, אזוי שטייענדיג ביים כותל, זעה איך א ירושלים'ער איד'ל וויינען בכיות נוראות, ס'האט מיר עפעס בארירט, און איך האב מחליט געווען אז איך מוז דעם איד העלפן, כ'האב געווארט און געווארט, ס'האט גענומען גאר גאר א לאנגע צייט, אבער לבסוף האט ער זיך בארואיגט, אפגעווישט דעם פנים, און זיך געוואנדען צום באס-סטאפ, איך בין גלייך צוגעשפרונגען צו אים מיט'ן טשעק-בוך אין האנט 'ר' איד! וואס איז אייך געשען? זאגט א נומער און איך שרייב'
ירושלים'ער: א גאָאָטן טאג אייך, איר קענט מיר נישט העלפן, א שעינעם דאנק אייך.
עושר: וואס איז? עפעס א געזונט פראבלעם חלילה? איך האב קשרים מיט ריזיגע דאקטוירים, איך קען צאלן פריוואט וכו' וכו'
ירושלים'ער: א גאָאָטן טאג אייך, איך דארף גארנישט, א שעינעם דאנק אייך.
עושר: וואס איז? שידוכים? איך בין שוין מודיע פאר אלע שדכנים פון די גאנצע וועלט אז איך וועל צאלן ריזיגע סכומים פאר ווער ס'ברענגט אייך דעם באשערטן.... און א הערליכע דירה וועט שטיין גרייט פאר דאס פארפאלק!
ירושלים'ער: לאזט געמאכט, א שעינעם דאנק אייך.
עושר: איך בעט זיך ביי אייך זאגט מיר וואס דרוקט אייך, איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א מענטש אזוי וויינען.
ירושלים'ער: לאזט-אפ, איר וועט נישט פארשטעין....
עושר: איך בעט אייך. פרובירט.
ירושלים'ער: איר האט אמאל געהערט אז א עלטערער פארפאלק נאך אסאך זיסע יארן צוזאמען גט זיך רח"ל? דאס איז נאר א משל, ס'איז בכלל נישט דומה צום נמשל, נאר דאס איז די נענסטע זאך וואס מיר קענען פארשטיין צו די צער וואס גייט דא פאר.
איר האט אמאל געהערט דעם מָאָסעג (מושג) וואס העיסט 'שכינתא בגלותא'? די שכינה הקדושה איז נעבעך פארטריבן פארשעמטעהייט אזש מ'קען זיך די האר פון קאפ רייסן, איז אויף דעם וויין איך – און ער צעכליפעט זיך נאכאמאל.
דער עושר שטייט דארט פארשטיינערט, נאך א קורצער וויילע זאגט ער דעם אידן: לאמיר מאכן א יששכר-זבולון, זאגט א פרייז און ס'איז געשלאסן.
ירושלים'ער: א שעינעם דאנק אייך, לאזט געמאכט.
עושר: אפשר דאך? איר האט פרנסה? איר האט נישט קיינע חובות?
ירושלים'ער: און אויב האב איך יע חעיוועס? וואָו קאָמט איר אריין אין בילד? לאטמיר אפעט אָן שעין!
עושר: זאגט מיר נאר ווי איר הייסט ביטע.
ירושלים'ער: ***** *********
עושר: דא האט איר מיין קארטל, אויב דארפט איר אמאל עפעס, סיי וואס, דארפט איר ניטאמאל קומען קיין אמעריקע, גיבט מיר א קלינג און איך בין דא פאר אייך.
ירושלים'ער (אטעמ'ט אפ, דער נודניק האט זיך שוין אפגעלאזט פון מיר ב"ה....) : א שעינעם דאנק אייך, האטס געפעילט אלעס גאָאָטס!

ביי די קומענדיגע גארביד"ז-קען פליעט די ביזנעס-קארטל אריין ווען דער איד'ל מורמלט זיך אונטער 'א נייער כל יכול האט זיך געשאפן! ער וויל טון דעם רבוש"ע'ס ארבייט פאר מיר! פע! איך בלייב מיט ה' אחד און שוין!'

די המשך פון די מעשה קענט איר שוין, דער איד האט געדארפט חתונה מאכן, איז זיין זון-דער חתן אראפ געפלויגן קיין אמעריטשקע, אבער בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, און אז דער באשעפער זעט אז א איד וויל טון א מצווה, וועט פונקט... און פונקט... און פונקט... און פונקט... און פונקט... און פונקט... און פונקט... וכו' וכו' וכו' – אלעעעעססססס אז דער איד זאל קענען טון מצוות צדקה......

( זעט בייגעלייגט א קאפי פון אהבת שלום מצורע )
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה א שטארקע מעשה
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

יודן! זייט אייך נישט מייאש! עס וועט נאך קומען גוטע צייטן...
דער באקאנטער מגיד רבי יאנקעלע גאלינסקי זצ"ל האט פארציילט א וואונדערליכע מעשה וואס ער
האט מיטגעלעבט ווען ער איז געווען פארטריבן אין דעם קאלטן סיביר במשך די קריגס יארן און האט אים געלערנט א געוואלדיגן מוסר
השכל, אז אפילו אין די שווערסטע צייטן טאר מען זיך נישט פארלירן.
ער פלעגט אראפלייגן אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער די עבודת הפרך וואס זיי האבן געארבעט דארט
אונטער די רוסישע סאדיסטן במשך דעם גאנצן טאג אן קיין שום הפסקה, און געשילדערט וויאזוי
נאך א גאנצן אפגעהארעוועטער טאג, זענען זיי אנגעקומען צו דעם תפיסה קאמער און זענען ממש
צוזאמגעפאלן, און קוים געכאפט א דרימל פאר דריי-פיר שעה א נאכט.
דערציילט ער אז ער איז געווען כמעט דער איינציגסטער וואס האט זיך קוים געלייגט שלאפן, ווייל דאס
ביסל צייט האט ער אריינגעכאפט אויסצוניצן פאר אביסל לערנען און דאווענען, וויסענדיג אז דאס איז
ממש די געציילטע שעות וואס ער קען זיך מקשר זיין מיט הקב"ה אין דעם שרעקליכן טינקלקייט.
האט ער בייגעווואוינט דארט אן אינטרעסאנטן עפיזאד במשך די נעכט אין די תפיסה קאמערן: ווען
יעדע נאכט, נאכדעם וואס אלע ארעסטירטע זענען שוין ארויף אויפן 'געלעגער'.. אפגעשוואכט און
אויסגעמוטשעט, האט זיך געגעבן א כאפ אויף איין פארשוין וועלכע איז געווען פון פראנצויזישן
אפשטאם, און נאכן זיכער מאכן אז יעדער שלאפט שוין, האט ער געגעבן א שלעפ ארויס פון אונטער
זיין דאכענע א זאק, געעפענט, און ארויסגענומען פון דארט מיליטערישע מונדירן פון א פראנצוישן
גענעראל, זיך אנגעטאן דערמיט, און אנגעהויבן מאכן אלע סארט תנועות גענוי ווי א גענעראל אין
מיליטער...
הרב גאלינסקי האט צום ערשט געקלערט אז דער פארשוין איז נעבעך אראפ פון זינען דורך די שווערע
ארבעט און דערנידערונגן פון די לאגערן, אבער דערנאך האט ער זיך געכאפט אז ס'קען נישט זיין, ווייל
ס'איז דאך נישט מסתבר אז א צודרייטער זאל איבערמאכן די זעלבע פעולה יעדן טאג, די זעלבע צייט,
און אויפן זעלבן טאקט..
צום סוף האט רב גאלינסקי מחליט געווען אז ער מוז דערגיין דעם גאנצן ענין.. און איין נאכט ווען יענער
פראנצויז האט זיך אויפגעכאפט אינמיטן די נאכט, האט ער אים אפגעווארט פלוצלונג און אים געפרעגט:
וואס גייט דא פאר?! איך גיי דיך שוין נאך יעדע נאכט, און איך מוז וויסן די אנטשיידונג אויף די מאדנע
ערשיינונג!
דער פראנצויז האט זיךזייער דערשראקן אז 'מ'האט אים געפאקט ביי די מעשה'... און זיך געבעטן בייר'
יאנקעלע ער זאל זיך האלטן שטיל כדי די אנדערע זאלן זיך נישט איבערוועקן.. און גלייך אויסגעטאן די
מונדירן, אוועקגעפאקט אין זאק אריין, זיך אוועקגעזעצט און אנגעהויבן דערציילן:
"וויסן זאלסטו אז איך בין געווען א גרויסער גענעראל אין פראנצויזישן מיליטער, און ווען עס האט
אויסגעבראכן די מלחמה מיט רוסלאנד בין איך געפאנגן געווארן, און דו זעהסט דאך מיט דיינע אויגן ווי
די רוסן פרובירן מיט אלע כוחות אפצושפעטן פון אונז, און אונז דערנידערן ביז צו דער ערד, כדי מיר זאלן
זיך בכלל נישט שפירן ווי מענטשן! פון א גרויסן מיליטערישן גענעראל בין איך פארוואנדלט געווארן צו
א פשוטער רייניגער אין סיביר..
"כ'האב טאקע אנגעהויבן צו שפירן אז איך פארליר מיין גאנצער מענטשליכקייט וואס איך האב, דאן
האב איך מחליט געווען אז 'נישט'! איך וועל מיך נישט לאזן! דאס גייט נישט פאסירן! און דערפאר שטיי
איך אויף יעדע נאכט, און איך טוה אויס מיינע ארעסטאנטישע קליידער, און איך טו אן די גענרעלע'ישע
מונדירן, וואס איך האב מיך פארעקשנט דאס מיטצוברענגן פאר יעדן פרייז, און אזוי דערמאן איך זיך
יעדע נאכט אז 'איך בין א גענעראל אין מיליטער! עס וועט נאך קומען א טאג, און מיין לאנד וועט זיגן,
און איך וועל מיך אומקערן צו מייין הויזגעזינד און מיין משפחה און מיין לאנד, ווי א גענעראל, נישט ווי
א נידריגער פארשוין!"
דאס האט רב גאלינסקי געהערט פון א גוי'אישן גוועזענעם גענעראל זייענדיג אין גלות סיביר, און ער
האט ארויסגעלערנט פון דעם א מורא'דיגן מוסר השכל, אז אויך אין דעם פארפרוירנעם סיביר, מיט
די עבודת הפרך וואס האט זיי צושמעטערט און צובראכן, ביז עס איז כמעט נישט געבליבן דער צלם
אנושי, און פון גרויס יאוש קען מען ניטאמאל קלערן אז מען קען אמאל ארויסגיין פון אזא שפלות, אבער
טאמער א מענטש גארטלט זיך אן און שטארקט זיך, און חזר'ט זיך
כסדר אז 'סקען זיך נאך טוישן', 'מען טאר נישט אויפגעבן, 'מען
טאר נישט אריינפאלן און זיך נאכלאזן', דאס האלט אויף דעם
מענטש און קען אויפלעבן דעם מענשט אפילו ווען ער איז בשפל
המצב, מען קען זיך באנייען און דערהייבן!
לעצט פארראכטן דורך זושא צוקער אום דינסטאג יוני 27, 2023 12:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

פארוואס איז נישטא א 'דאבל-לייק' קנעפל?
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

דער קלויזענבורגער רבי זצ"ל (געווען נעכטן די יארצייט) איז אמאל נאך די מלחמה געפארן קיין
מאנטריאל נאכגעלט, צו שיקן געלט קיין דייטשלאנד פאר די פליטים, ער איז אנגעקומען אין די
פריע פארטאג'ס שעה'ן, און זיי האבן נישט געקענט טרעפן די אכסניא, אויפן גאס איז פונקט
אדורך א מענטש וועלכער האט אויסגעזען ווי א גוי, דער דרייווער ר' דוד אבערלענדער האט
פרובירט צו פרעגן אויף ענגליש דירעקציעס, אבער יענער האט נישט פארשטאנען.
האט דער קלויזענבורגער רב געהייסן ר' דוד ער זאל אים פרעגן אויף אידיש.. און טאקע
יענער האט געענטפערט אין אידיש און געוויזן ווי זיי דארפן גיין.
דערנאך האט ר' דוד געפרעגט פונעם רבי'ן, וויאזוי האט דער רבי געוואוסט אז יענער איז א
איד, ער האט דאך אויסגעזען ווי א געהעריגע גוי? האט דער רבי געזאגט: דא אין מאנטריאל איז
דאך יעצט שרעקליך קאלט, יעדער גייט מיט א צוגעדעקטע קאפ, איך האב געזען דעם מענטש
גיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, האב איך פארשטאנען אז ער איז א איד...

אמאל האט ר' דוד דערציילט די מעשה ברבים, איז צוגעקומען א איד, און געזאגט, איך בין
יענער איד וועמען דו האסט אפגעשטעלט אין גאס! און ער האט דערציילט: נאך די מלחמה
האב איך מחליט געווען אז איך לאז אלעס אפ, און איך פארגעס פון מיין אידישקייט, אבער דא
שטעלט מיר איינער אפ אין גאס און רעדט צו מיר אידיש אפילו איך זעה נישט אויס אידיש, דאס
מיינט אז מיין אידישקייט וועל איך קיינמאל נישט קענען
באהאלטן.. דאס האט אים מעורר געווען און ארויפגעברענגט
ווארימע זכרונות און ער איז צוריקגעקומען צום ריכטיגן וועג..
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4075
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

משפט שלום האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 9:27 pm
אנפאנג די וואך איז מיין קעשענע אין ווי אויך מיין באנק געווען ליידיג. אינגאנצן לעער. ניטאמאל א פרוטע לפורטה. ניטאמאל איין גרינע צעטעלע. איך האב פארמאגט גארנישט. מיט די לעצטע געלט וואס כ'האב געהאט, האבעך געקויפט פיש לכבוד שבת .


אה. עם. עם. פארגעסן צו זאגן...איך האב נישט קיין קרעדיט קארדס. איך שרייב נישט אויף. בדרך כלל. איך נעם נישט פון קיין שום צדקה. חלוקה....גארנישט... נאר וואס די אייבישטער וויל מיר געבן. דאס האב איך.
אפילו בארגן אויך נישט. אבער איך טו צוויי סגולות אויף פרנסה
1) מתפלל. אויף ברויט.פרנסה. עשירות.
2) איך ארבעט...
כמיין אז צוויי סגולות איז גענוג.

בקיצור א ליג 12ע ביינאכט אין בעט און איך הייב אן צו וויינען (אזוי ווי א בעבי) צום אייבישטער. באשעפער איך ברויך האבן געלט... אזוי האט דאס אנגעהאלטן פאר בערך 10-15 מינוט. אינמיטן וויינען הערך א דינג. פון מיין סעל. איינער שיק מיר א טעקס. איך זעע טשעיס זאגט מיר אז איינער האט אריינגעווארפן א שיינע סומע אין מיין אקאנט גענוג צו קענען קופן גראסערי פאר אפאר וואכן. יא דער יוד וואס איז מיר שילדיג געלט האט זיך יעצט דערמאנט ער וויל מיר באצאלן


כבין א תושב דא שוין יארן. געשריבן מיט מיין ספער ניק.
אילו לא באתי לאייוועלט אלא בשביל זה דיינו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אני הקטן האב א גויאישע טענענט וועלכע האט שוין נישט באצאלט די ארענדע פאר איבער א יאר, כהאב פרובירט עוויקטן און זי האט עפלייעט פאר ERAP, כידוע אז דאס נעמט כמעט א יאר צו ווערן עפראווד און דערווייל קענסטו גיין בארן קלאפן.. בנוסף לזה וואס קיין עוויקשאן איז נישט שייך תוך די זמן פון די פענדינג ERAP קעיס.. פריערדיגע וואך האבעך באקומען א צעטל אז סאיז אפראווד..

האבעך צו מיר געקלערט אז ווי נישט ווי האבעך דאך ניטאמאל אזוי מתפלל געווען דערפאר.. מי יודע אויב סאיז נישט ווי דער שלאנג וואס כביכול וויל ניטאמאל זיינע תפילות, דעריבער גיבט ער אים איבעראל זיין עסן.. אבער דעם שבת דערמאנט מיר דער שווער זז”ג אז סאיז יעצט פונקט 40 טאג פון ווען כבין געווען אין אייראפע אין די מקומות הקדושים.. כהאב כמובן מתפלל געווען מער כלליותדיג ווייל ווער ווייסט אויף וואס מדארף אלץ מתפלל זיין.. אבער, כך הוא המעשה.. 40 טאג פון א נסיעה צו מתפלל זיין און סאיז געקומען א ישועה.

מדארף נישט א בשר ודם פארמישט אין יעדע מופת.. דאס איז פונעם אויבערשטער אליינס.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
דער רעקרוטער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:46 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רעקרוטער »

יום הקדוש תשס''ח האב איך געוויילט אין אתרא קדישא מירון צוזאמען מיט אחי הגדול, (וואס אגב קען מען אסאך שרייבן
וועגן יו''ק אין מירון) למחרת יום הקדוש האמיר ארויפגעקראכן דעם גרויסן און לאנגן בארג צום קבר פון שמאי הזקן,

אינמיטן וועג זאגט מיין ברידער איך בין מויראדיג דורשטיג, ער האט ממש געשפירט אויסגעטרוקענט און קיין וואסער האמיר נישט, וואס טוט מען? צוריקלויפן קען אויך נעמען בערך א 20 מינוט אונז זעמער געווען און א געוואלדיגע פארלעגנהייט,
וואס זאל איך אייך זאגן נעמט נישט קיין האלבע מינוט וואקסן ארויס 3 הויעכע זעקס אהאלב פיסיגע גוים מיט לאנגע צופלויגענע האר איינע פון זיי קומט צי צו מיין ברידער און פרעגט און ענגליש... העי סער אר יו טוירסטי?? יעס סער!! ער נעמט ארויס פון זיין זוטשקע א באטל וואסער און זאגט אים בדרך מוסר נעקסט טיים דאונט ליוו וויטאוט וואטער...

מעשה פלא והפלא.
לעצט פארראכטן דורך דער רעקרוטער אום פרייטאג יולי 14, 2023 2:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זוכט איר א גוטע ארבעטער אדער ארבעט?

שיק א אימעיל צו
[email protected]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מוראדיג
איך קען גוט דעם רב
אטעטשמענטס
WOW1100.jpg
WOW1100.jpg (138.26 KiB) געזען 1947 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4075
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

dovidal האט געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2023 5:15 pm
מוראדיג
איך קען גוט דעם רב
נוראדיג
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

עס ווערט דערציילט, עס איז אמאל געווען אן אלטע רוסישע איד, ער פלעגט קומען יעדן נאכט צו א שיעור ער
האט כמעט גארנישט פארשטאנען, האט אים איינער אמאל געפרעגט, ס'איז זייער חשוב דו קומסט צום שיעור,
אבער דו פארשטייסט דאך כמעט גארנישט, אויב אזוי פארוואס קומסטו?
האט אים דער רוסישע איד געזאגט, איךוועל דיר זאגן פארוואס. אמאל נאך אין רוסלאנד בין איך געזעצן אין א
רעסטוראנט, אינמיטן האט אריינגעשטורעמט די קעי דזשי בי, די מלאכי חבלה, זיי האבן אויסגערופן 'יעדער לייגט
זיך אראפ אויף די ערד', מען האט יעדעם ארעסטירט, מען האט געטיילט מכות דארט, איך האב נישט געוואוסט
וואס פונקטליך גייט דא פאר. בתוך הדברים האב איך פארשטאנען אז פונקט ווען איך בין געזיצן דארט איז דארט
געווען כוליגאנעס, וואס ס'איז זיי טאקע געקומען אביסל פעטש, האב איך אנגעהויבן שרייען און וויינען, איך האב
גארנישט מיט די מענטשן, איך בין צופעליג דא געווען נישט אין די ריכטיגע צייט, אבער ס'האט מיר גארנישט
געהאלפן...
איך בין אנגעקומען צו א ריכטער, מען האט אלעס אויסגעשמועסט, איך האב געהאלטן אינאיין זאגן אז איך
האב גארנישט מיט די גאנצע זאך. האט דער ריכטער געזאגט; "אונז ווייסן איין זאך, אז דו ביסט געזיצן מיט זיי,
ביסטו פון זיי", און צום פסק האב איך באקומען א יאר טורמע מיט א געלט שטראף.
האט דער איד אויסגעפירט, איך האב נאך צייכענעס אויף מיין האנט פון יענע מערדעליכע קלעפ,
ווען איך וועל ארויפקומען נאך די הונדערט און צוואנציג און מען וועט מיר פרעגן 'האסט געלערענט'? וואס וועל איך ענטפערן,
איך האב נישט געקענט, נישט געלערענט אין א ישיבה, די תירוצים וועלן מיר גאר ווייניג העלפן..
איך וועל אבער איין זאך יא זאגן; זעה רבוש"ע די מכות וואס איך האב געכאפט, ווייל אז דו ביסט געזיצן מיט
זיי ביסטו פון זיי, וועל איך זאגן, שפעטער בין איך געזיצן ביי א שיעור
פאר צענדליגע יאר, איך האב נישט צופיל פארשטאנען און אויפגעכאפט,
אבער אז איך בין געיזיצן מיט זיי בין איך א חלק פון זיי, און איך וויל
אריינגיין אין גן עדן דארט ווי אלע לומדי תורה קומען אן!
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

אין די תולדות פון הגאון רבי יוסף חיים זוננפעלד זצוק"ל ווערט דערציילט; ווען דער
קאמישענער מטעם די ענגלישע רעגירונג איז געקומען דינען אין ארץ ישראל איז
ער געקומען באזוכן אין שטוב פון הגרי"ח, די באזוכן זענען געווען דירעקט פאראויס
באשטעלט דורך די רעגירונג אין לאנדאן.
רבי יוסף חיים האט געוואוינט אין א קליינעם קעלער דירה אין שכונת בתי מחסה אין אלט
שטאט, פארשטייט זיך א ָ ן קיין שום מעבל אדער שיינע אויסגעבעטע בענקלעך אא"וו, די
ב"ב האבן פארגעשלאגן אז אפשר זאל מען אפהאלטן דעם באזוך אין א צווייטענ'ס דירה
א שענערע און גרעסערע, אבער רבי יוסף חיים האט אפגעזאגט און געזאגט אז לכבוד
דעם באזוך קען מען טוישן די טישטוך פון טיש.
ווען דער ענגלישער קאמישינער איז אריינגעקומען אינעם דירה האט ער נישט
געקענט גלייבן אין וואספארא מצב עס וואוינט אזא גרויסע הויך-געשעצטער אידישער
פערזענליכקייט, און ער האט זיך אויפן פלאץ אומאיידל אויסגעדרוקט, רבי יוסף חיים האט
אים נישט געענטפערט, נאר געבעטן צוצוקומען צום פענסטער, ער האט אוועקגערוקט
די פירהענג, מען האט פון דארט געזען די מקום המקדש.
פון רבי יוסף חיים'ס אויגן האט גענומען טרערן און ער האט געזאגט; איר זעהט, דארט
איז געשטאנען די הויז פון אונזער באשעפער, און איצט איז די הייליגע הויז נעבעך חרוב,
אין אזא מצב דארף מיין שטוב נישט זיין קיין סאך בעסער!
די תשובה פון רבי יוסף חיים האט זיי געכאפט, און דער קאמישענער מיט זיינע
באגלייטער'ס זענען ארויס פון הויז איבערגענומען.
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

א איד האט זיך אמאל גערעדט מיט הרה"ק רבישלמה'קע מזוועהיל, און בתוך הדברים האט ער זיך זייער אפגערעדט
אז א צווייטער איד האט געעפנט אן ענליך געשעפט אנטקעגן איבער זיין געשעפט. און ער נעמט אים צו דער פרנסה.
אזוי שמועסנדיג מיט רבי שלמה'קע. האט דער אינגערמאן אים דערציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביי
איינע פון די צדיקים. אז ער האט אראפגענומען א שטיקל האלץ פונעם טיש און עס איינגעטינקען אין וואסער, און עס
איז געוואקסן תבואה...
הערנדיג די מעשה וואס דער יונגערמאן האט דערציילט. האט רבי שלמה'קע געזאגט: הער וואס איך וועל דיר זאגן:
א איד איז מצווה צו גלייבן אין דעם אויבערשטן. עס זענען דא זאכן וואס א איד איז מחויב צו גלייבן, וואס אויב ער גלייבט
נישט דערין איז ער אן אפיקורס. און עס זענען דא זאכן וואס ער מוז נישט גלייבן, אויב ער גלייבט נישט דערין, איז ער
נישט אן אפיקורס.
אלזא, דו האסט פריער זיך דא אפגערעדט אויף יענעם אז ער מאכט קאליע דיין פרנסה, אויף דעם ביזטו מחויב צו
גלייבן, אז דאס איז נישט פון יענעם, נאר פון דעם אויבערשטן, וועלכער האט באשטימט דיין פרנסה שוין פון ראש השנה.
און קיינער וועט ביי דיר נישט קענען אוועקנעמען אפילו א האר פון דעם וואס ס'איז פאר דיר באשערט פון הימל צו האבן,
און אויב דו גלייבסט נישט אין דעם, ביזטו אן אפיקורס.
ווידער, די צווייטע מעשה וואס דו האסט דא דערציילט, וועגן דעם צדיק וואס האט גענומען א שטיקל האלץ פון טיש
און אריינגעלייגט אין וואסער און עס איז געוואקסן תבואה... איך גיי נישט אריין אין דעם צו עס איז אמת אדער נישט.
אבער ס׳איז קלאר אז אויב מ׳גלייבט נישט אין דעם איז מען נישט אן אפיקורס...

נאר וואס דען, דו ביזט דאך א חסידיש'ער אינגערמאן, דערציילסטו די
צווייטע מעשה 'בדחילו ורחימו', אז דער צדיק האט געפראוועט א 'מופת',
און עס איז געוואקסן תבואה פון א שטיקל האלץ אין וואסער. אבער די
ערשטע מעשה. אז דער אויבערשטער גיט דיר דיין פרנסה. אין דעם גלייבסטו
נישט, און דו קומסט וויינען פאר מיר אז יענער נעמט אוועק דיין פרנסה!...
(הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א)
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

איינמאל ווען דער הייליגער רוזישנער זי"ע, איז געזיצן ביים טיש האט ער זיך אנגערופן
צו די חסידים "וואס ווילט איר הערן, א תורה אדער א מעשה?", האבן זיי געענטפערט אז
זיי ווילן הערן א מעשה".
האט דער הייליגער רוזשינער אנגעהויבן צו דערציילן א מעשה וואס איז געווען בי א
דארפסמאן וואס האט געוואוינט אין א שטאט ווי עס איז נישט געווען קיין מנין, און ער
האט נישט געקענט גיין אין שטאט ווייל ער האט נישט געהאט ווער עס זאל היטן אויף
זיינע שעף. ממילא פלעגט ער דאווענען ביי זיך אין שטוב ביחידות. שפעטער ווען זיינע
קינדער זענען אונטערגעוואקסן האט ער זיי געלאזט אכטונג געבן אויף די שעף, און ער
איז געגאנגן פון מאל צו מאל דאווענען אין שטאט.
ראש השנה האט ער געדאווענט אין שוהל און ער זעהט ווי ביי 'שיר המעלות ממעמקים'
וויינט דער עולם, האט ער געטראכט ביי זיך אז זיי וויינען ווייל עס איז שוין שפעט אויפן
טאג און זיי האבן נאך גארנישט געגעסן. דערווייל זעהט ער ווי מ'הייבט אן צו זינגן א
שיינעם מארש אויף 'מלך עליון' האט ער געטראכט אז זיי האבן מסתמא גרייט א גוטע
סעודה אינדערהיים און דאס מאכט זיי פרייליך.
שפעטער זעהט ער ווי דער רב זאגט א דרשה פאר תקיעת שופר, און ווייטער וויינט
יעדער, האט ער געטראכט אז זיי וויינען ווייל כאטש זיי האבן טאקע א סעודה, אבער עס
איז שוין שפעט נאכמיטאג און זיי זענען הונגעריג וויינען זיי...
האט דער הייליגער רוזשינער אויסגעפירט "מיר זענען געווען פרייליך ווען מיר האבן
געהאט א ביהמ"ק, ווען מ'האט אונז פארטריבן פון דארט האבן מיר געוויינט, אבער די
צדיקים האבן אונז ממתיק געווען דעם גלות אז עס וועט נאך קומען די גוטע סעודה בב"א,
אבער אז דער גלות דויערט אזוי לאנג אפילו מיר ווייסן אז עס וועט קומען די גאולה
שלימה, מיר זענען אבער פארט הונגעריג, וועגן דעם וויינען מיר אויפן ביטערן גלות".
אוועטאר
זושא צוקער
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 12:21 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא צוקער »

קול הציבור

רש"י הקדוש ברענגט א משל צו א טאטע וועלכער איזגעגאנגן אויפן וועג אוןגעטראגן זיין זון אויפן
אקסעל, דער זון האט געזען א געוויסע זאך און געבעטן דעם טאטן זאל עס אים געבן און דער טאטע
האט עס אים געגעבן, אזוי א צווייטע מאל, די זון באמערקט עפעס און בעט דאס פונעם טאטן און דער
טאטע גיבט עס אים, און אזוי ווייטער א דריטע מאל, דער טאטע גיבט אים יעדעס מאל וואס ער בעט.
אינמיטן באגעגען זיי זיך מיט א מענטש, און דער זון פרעגט יענעם, דו ווייסט אפשר ווי איז מיין
טאטע?.. דער טאטע הערט דישאלה, ווארפט ער אראפ דעם זון פון זיין אקסעל, וואס הייסט דו ווייסט
נישט ווי איך בין?, איך שלעפ דיר דאך ארום אויף מיין אקסעל און איך גיב דיר וואס דו בעטסט.. איז
געקומען א הינט און זעט א קינד אויפן ערד האט ער אים געביסן..
קומט אויס די טאטע נאכן הערן אזא שאלה פונעם קינד האט ער אים געוואלט אביסל דערשרעקן,
כדי ער זאל פארשטיין אז ער האט א טאטע וואס גיבט זיך אפ מיט אים, און ערשט דערנאך וועט ער
אים צוריקנעמען און ווייטער האלטן.
זאגט דער הייליגער בארדיטשוב'ער רב, עס קומט טרויעריגע טעג, די בית המקדש איז חרוב
געווארן, דער באשעפער האט אונז אראפגעווארפן כדי מיר זאלן וויסן אז מיר האבן א טאטע, דעריבער
רופן אונז דעם חודש אב, א טאטע, מיר זענען מכיר און פארשטייען אז מיר האבן א געטרייע טאטע
אין הימל, באשעפער דו קענסט אונז שוין צוריקנעמען און אויפהייבן. און צוריקאויפבויען דאס בית
המקדש.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

.
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

Sorry for the english..

My wife called me that the gas range is making issues, while on the phone it was resolved, so I reminded myself of the overdue bill, I tried to make a payment online but didn't go so called the automated system and also didn't work, pressed 0 for the operator and they said that the reason they cant accept a payment as the technician is on the way to turn off the gas.. Lemaaseh as I called they put me on hold for 5 minutes and contacted the technician to stop the shut off.

Cant imagine going thru gas shut off and reopening which besides the money and days without gas its a lot of agmas nefesh

Thanks you Hashem
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

בס"ד

דערציילט מיר ר' י. אפל שליט"א:
פאר ארום פופציג יאר צוריק האט מיין טאטע געקויפט א דירה אין בני ברק פאר $45,000 (היינט איז עס ווערד ארום $700,000) פון ר' נ. העללער - בערך 20 יאר שפעטער קומט הרב העללער צו מיין טאטען 'מיין בוך-האלטער איז איבער מיינע ביכער, און ס'קומט אויס אז דו ביסט מיר שולדיג $3,000 (היינטיגע ווערד פון ארום $45,000...) אויף די דירה.
מיין טאטע האט זיך צולאכט: ר' איד, איך וואוין שוין אין די דירה פאר ארום צוואנציג יאר, זעט דיר אויס איינער וואלט מיר געגעבן א שליסל ווען נישט איך האב געצאלט די גאנצע התחייבות?

ר' נ. האט גערופן מיין טאטען צו בי"ד (ביי הרב זושא לוריא, הרב טוביאס, און די דריטע נאמען געדענק איך נישט)
ווי נאר מ'האט אנגעפאנגען די דין תורה פרעגן די די רבנים מיין טאטען 'איר זענט גרייט זיך דן זיין ביי אונז?' ווען מיין טאטע האט געזאגט אז יא, האבן זיי אים געהייסן אראפ לייגן $3.000 אויף'ן טיש, מיין טאטע זיינדיג א וועקסלער, האט געהאט אזא גרויסן סכום אין קעשענע און עס טאקע אוועק געשטעלט אויף'ן טיש.

יעצט האבן די רבנים אנגעפאנגען אויספרעגן אלע פרטים, דערנאך ארויסגעשיקט ר' נ. און געפרעגט מיין טאטען: ס'קען זיין אז איר זענט פארט שולדיג $3,000? אפשר האט איר פארט פארגעסן?
מיין טאטע: מעגליך? יא, אלעס איז מעגליך....
יעצט האבן זיי ארויס געשיקט מיין טאטען און געפרעגט ר' נ. איז מעגליך אז אייער בוך-האלטער האט א טעות געמאכט?
ר' נ. יא, מעגליך איז אלעס....
יעצט אז ס'שוין א ספק, קען מען גיין אויף א פשרה, האט איין דיין געהאלטן אז מיין טאטע דארף גארנישט באצאלן, איין דיין $1,500 און איין דיין $2,000
איז $1,500 דארף ער זיכער געבן, די איבעריגע $500 (פון 1,500 ביז 2,000) איז א ספק, איז זאל ער געבן האלב.
האט די הייליגע בית דין ארויס געגעבן די פסק: ר' נ. אפל וועט צאלן פאר ר' נ. העללער $1,750
פאר מיין טאטען איז דאס געווען א באמבע, ער האט געפילט ווי כאילו איינער האט אים דערלאנגט יעצט א קלינגעדיגן פראסק.... דא קומט ער רואיגערהייט צום בי"ד וויסענדיג די הלכה אז 'המוציא מחברו עליו הראיה' - און דא מאכן זיי א גאנצע פאטענט אז די געלט זאל ווערן מוטל בספק און מ'נעמט אים צו אזא ריזן סכום....
ער איז אהיים געקומען זייער אנגעפאטשט, איך בין געשטאנען דארט ווי ער האט פארווייטאגטערהייט אנגפאנגען איבער דרייען פושקעס און שופלאדן איינס נאכן צווייטן, ביז ער האט אויף געלאכטן!......
ער רופט מיר צו און ווייזט מיר אן אלטן אפגעוועטשטען טאג-בוך, וואו עס שטייט קלאר פארשריבן 'קיבלתי מפתח לדירה, ונשאר חוב לר' נ. $1,750'!!!!!!!!.....................
אלוקים ניצב בעדת א-ל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32054
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

WOW!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4822
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער שטארק
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4976
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: אמונה בטחון - השגחה פרטית- חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

גאר א שטארקע מעשה
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”