Re: קינדער וויזיטעשאן- קאפערענטינג!!
הדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:32 pmקיינער איז נישט דן אויף זיין דעסיזשען טאקע וועגן דעם ווייל מען ווייסט נישט זיין אויסוואל אויב ער האט בכללזוכה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:55 pm"זיי קיינמאל יענעם דן אויף דעסיזשענס וואס ער האט געמאכט, ווייל די ווייסט קיינמאל נישט וואס ס'איז געווען זיין אויסוואל"
נעמט אייך דאס אריין אין קאפ, איר פארשטייט נישט פארוואס יענער פייט נישט פאר זיינע קינדער?
דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אייך נישט געגעבן דעם נסיון, ס'פעלט אייך סך הכל אינפארמעישן.
אפטמאל איז "דאס" וואס איר האט מורא אז סגייט געשען צום קינד, אויב ער פייט נישט, דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ער פייט נישט, ווייל ער וויל נישט "דאס" זאל געשען צום קינד,
אנשטאט ארום גיין פרעגן פארוואס ער פייט נישט, נעם ארויס א תהילים אין בעט דעם אייבערשטן אז יענער זאל שוין אויפגעראכטן ווערן.
"געדענקט" מיטן ארום גיין פרעגן פארוואס יענער פייט נישט, "העלפט איר ארויס"די וואס ווילן אים אינטערברענגען.
אל תדין את חבירך את שתגיע למקומו "ולמקומו אל תגיע"
אבער אויב קומט איינער און איז מגלה אז סאיז וועגן ווייל סאיז געזונטער פארען קינד קומט דא זייער שטארק אריין הרב @שניאור תגובה
די ערגסטע גרעסטע פייט קען נישט זיין קיין גרעסערע סכנה ווי אים אפהאקען אינגאנצען פין זיין בלוט און פלייש וואס איז דער איינציגסטער וואס קען אים געבן שטארקייט פארען לעבן
אחוץ פין דעם וואס סאיז בידו אסאך נישט אריינצומישען זיין קינד אין דעם פין זיין זייט אדרבה ער איז דער איינציגסטער וואס וועט אים קענען באראוגען און אים געבן די כח אדורוכצומאכען
אלע זיינע שווערעקייטען מער פין אלע טערעפיסטען עסקנים פעטער'ס מומע'ס זיידע באבע וואס געבן כוחות בניגוד רצונו צו קענען זיין אפגעהאקט פין זיין טאטע
און פארען זאגען תהלים זאל ער גיין פרעגען און פארשלאגען הילף פארען טאטען ווייל אפשר קען ער עפעס אויפטון און אסאך מאל האט די טאטע פשוט נישט די שטארקייט און קען ניצען הילף און חיזוק
דער רבש"ע גיבט פאר מענטשען די עתיד צו מתקן זיין די עבר
און ביזדערווייל נעמען מענטשען די עבר צו שחט'ן די עתיד
(הרה"ק ר' יעקב מאיר שעכטער)
און ביזדערווייל נעמען מענטשען די עבר צו שחט'ן די עתיד
(הרה"ק ר' יעקב מאיר שעכטער)