Re: ספרים חדשים שיצאו לאור
מהרה"ק מוויזשניץ זצוק"ל
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
וואס הייסט וועלכע?
איז עס דא צו טרעפן אין ארה"ק?חיי אריכי האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:24 pmנייע אויפגעכאפטע היסטארישע בוך "נפלאתך אשיחה" פון הרה"ח רבי נפתלי לעבאָוויטש שליט"א, דער תורה שרייבער פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע
דער ספר איז אַ "דערציילונג די לעבנס געשיכטע" פון דעם באַקאַנטן חשוב'ן פּערזאָן הרה"ח רבי נפתלי לעבאָוויטש שליט"א דער תורה שרייבער פון סאטמארער רבי'ן זי"ע, וועלכער איז אויך געווען אַ תקופה דער הויז בחור און האָט מיט זיין איידעלען און בא'חן'טן לשון לימודים, אראפגעשילדערט די דאָזיגע שיינע זמנים וואָס ער האָט מיטגעלעבט, און ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין אייניקל הרב דוד הורוויץ שליט"א. ......
על כן, גוטע פריינט, אידן מיט אַ געפיל פאַר אטענטישקייט און ארגינעלקייט וועלן זיכער זיך איילן קויפן דעם ספר און הנאה האָבן פון דעם שיינעם און רייכן תוכן און ארגינעלע חסיד'ישע געשמאַקע און איידעלע שפּראַך מיט וואָס דער ספר איז געשריבן.
מען קען קלאָרשטעלן אַז דער ספר איז כשמו כן הוא, ס'איז פול מיט "נפלאות", און עס לאָזט זיך אַסאַך שמועסן – "אשיחה" – איבער דעם. טעמו וראו כי טוב.
און אמעריקע איז עס שוין אויך נישט דא א שטיק צייט מיין איךגרינע לייבן האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 02, 2024 3:54 pmאיז עס דא צו טרעפן אין ארה"ק?חיי אריכי האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:24 pmנייע אויפגעכאפטע היסטארישע בוך "נפלאתך אשיחה" פון הרה"ח רבי נפתלי לעבאָוויטש שליט"א, דער תורה שרייבער פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע
איך האָב עס נישט געקענט אַראָפּלייגן פון מיין האַנט, און נאָך אַזעלכע שיינע פראַזן ווערן אָפטמאָל געהערט ווען מען רעדט פון אַ נייע בוך וואָס איז אַרויסגעקומען, און באַשרייבט עפּעס אַ טעמע.
דאָס איז אַ שאבלאנישע הגזמה-אויסדרוק ווען מען וויל זאָגן אַז דאָס בוך וואָס מען האָט נאָרוואָס געליינט איז עפּעס אויסטערליש, עס ציט און ציט און ציט צו ליינען נאָך און נאָך, און מען קען נישט עס נישט צומאַכן ביז מען קומט אָן צום סוף דעקל, דארט וואו עס איז שוין נישטאָ וואָס צו ליינען.
אַזוי איז מען צוגעוואוינט צו שרייבן און ליינען און קיינער רעדט זיך שוין נישט איין אַז דאָס מיינט עפּעס. מען ווייסט אַז מען האָט גענומען אַ שרייבער וואָס זאָל באַשרייבן די בוך, און ער האָט קוים אַריין געקוקט דערין, און עס גענומען באַשרייבן מיט די שענסטע פאַרבן אָפּגעזען צו עס האָט בכלל אַ פאַרב.
מען מאַכט זיך שוין נישט צו טאָן פון די אַלע שיינע ווערטער און פראַזן וואָס די שרייבער גיסן אויף יעדע זאַך מיט אַ שפע. עס האָט שוין אויסגעוועפּט די אַלע הויך-קלינגענדיגע ווערטער, וואָס יעדער נוצט ביי יעדע געלעגנהייט. אָפּגעזען צו עס איז טאַקע די וואָרהייט אָדער איז עס בלויז צו פאַרדעקן אַ דורכפאל.
דעריבער שטעלט זיך איצט די האַרבע פראַגע: וואָס טוט מען ווען עס קומט אונטער די הענט אַ בוך – אפשר איז מער פּאַסיג צו זאָגן "ספר" – וואָס איז יאָ ראוי די אַלע טיף מיינענדע ווערטער. וואָס טוט מען אין אַזאַ פאַל? וואָס פאַראַ לאָזונגען נוצט מען דאַן? וועט מען נוצן די אַלע געווענליכע הויך-שטאפערישע ווערטער וואָס יעדער נוצט און איז שוין אינגאַנצן אויסגענוצט? ווי אַזוי קען מען אַרויסברענגען דעם תוכן הספר אַז דער ליינער זאל וויסן אַז דאָ רעדט זיך פון אַ ספר וואָס איז ווערד מען זאָל דאָס קויפן און נעמען אין די הענט אַריין, הנאה האָבן און זיך פאסמאקעווען מיט דעם רייכן תוכן וואָס ליגט דערין.
ווי אַזוי קען מען מיט ווערטער קלאָר מאַכן אַז דאָ רעדט זיך פון אַ בוך-ספר פון גאָר אן אַנדערן סאָרט. אַזאַ גאטונג זאַך וואָס לוינט מען זאל זיך זיך אַראָפּ'גנב'נען אַביסל צייט פון די פאַרנומענע "כ'האב נישט קיין צייט" זמנים, און שענקן אַביסל אויפמערקזאַמקייט פאר די אַריבער פיר הונדערט זייטלעך, אָנגעשטאָפּט מיט רייכע ידיעות פון דעם נישט ווייטן אַמאָל, וואָס ווען מען ליינט עס פירט דאָס אַריין דעם ליינער אין אַ נייע וועלט, וואָס אָטעמט מיטן אַמאָליגן אידישן ריינעם אַטמאָספערע, און איז אַ מזור ותרופה פארן גוף און פארן נפש.
ווי אַזוי ברענגט מען דאָס אַריין אין ווערטער, ווען ס'נישטאָ קיין פּאַסיגע ווערטער צו באַשרייבן דעם נייעם בוך, באַטיטלט מיטן נאָמען "נפלאותך אשיחה", וואו עס ווערט אויפגעוויקלט אַ תקופה פון אַרום אַכציג יאָר, און נאָך מער.
דער ספר איז אַ "דערציילונג די לעבנס געשיכטע" פון דעם באַקאַנטן חשוב'ן פּערזאָן הרה"ח רבי נפתלי לעבאָוויטש שליט"א דער תורה שרייבער פון סאטמארער רבי'ן זי"ע, וועלכער איז אויך געווען אַ תקופה דער הויז בחור און האָט מיט זיין איידעלען און בא'חן'טן לשון לימודים, אראפגעשילדערט די דאָזיגע שיינע זמנים וואָס ער האָט מיטגעלעבט, און ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין אייניקל הרב דוד הורוויץ שליט"א.
אָבער דער ספר הייבט זיך נישט אן מיטן לעבן פון ר' נפתלי'ן. עס הייבט זיך אן אַסאך פריער. מיט'ן שילדערן זיין שיינעם יחוס וואָס ציט זיך למעלה בקודש ביז הרה"ק רבי ר' שמעלקע מניקלשבורג זי"ע, דער הייליגער זלאטשובער מגיד, ובנו הרה"ק רבי יוסף מיאמפאלא זי"ע, ביז צום זיידן רבי יוסף יחיאל מיכל וואָס האָט געטראָגן די נעמען פון ביידע זיידעס וועמען מען האָט גערופן אין זיין שטעטל וואו ער האָט געוואוינט – דערעטשקע – דער סיגוטער צדיק, על שם די שטאָט סיגוט פון וואַנען ער האָט אריגענעל געשטאַמט. און טאַקע דער זיידע רבי ברוך דערעטשקער, דער זיידע הרב המקובל רבי יואל שניטצלער אב"ד קויטאי, און זיין טאַטע רבי ברוכ'ל אב"ד קאַלוב, און נאָך פיל זיידעס און באַבעס עליהם השלום, פון טשאַבע און יארמע, רבי מיכאל נאַנאַשער, וואָס זענען אַלע געווען אנשים מסוימים ומפורסמים במעשיהם הטובים. חסידים מובהקים מרבותינו הקדושים מצאַנז זידיטשויב, און חברים וידידים פון די צדיקים רבי נפתלי הירצקא מראַצפערט, רבי שמואל קאמאדער, און דער האדאסער רב, ועוד ועוד, שאין כן המקום להאריך.
ליינענדיג דעם ספר כדי אים צו קענען באַשרייבן, זענען מיר אָנגעקומען ביז קרוב צו הונדערט זייטלעך פון יחוס אבות און זייער קרבות און שייכות צו די צדיקים בדורותיהם, גאַנצע פינף פּרקים פונעם ספר פאַרנעמט בלויז דאָס אַליין, און פאר דעם אַליין – איז מיר געקומען אויף די מחשבה – האָט זיך שוין געלוינט דער בוך-ספר, וואָס ליינט זיך גאָר שפּאַנענד און צוציענד, נישט קענענדיג אַראָפּלייגן דעם ספר פון די האַנט, טראָץ די שפּעטע שעה אין די נאַכט. בלי שום גוזמא.
דערנאָך הייבט זיך אן די שילדערונג פון די אַמאָליגע "אין דערהיים" וואָס דער חשוב'ער בעל מחבר האָט זוכה געווען צו קענען אין זיינע קינדער יאָרן, וואָס זייענדיג באַשאָנקען מיט אַ גוטן זכרון שילדערט ער מיט אַ רייכע שפּראַך בכל פרטיה ודקדוקיה דאָס לעבן "אין דערהיים" וואָס איז שוין היינט מער נישטאָ. לדאבון לבנו.
דער פּרק "עת מלחמה" איז אַ בוך פאר זיך, די זכרונות ווען הרה"ק מבעלזא זי"ע איז געקומען קיין פּעסט, דאָס דייטשע באַזעצונג פון אונגאַרן און די שווערע ביטערע תקופה, די געטאָ, דעפארטאציע, שטאטהויף און טרעזענשטאט, און נאָך אַזעלכע שרעקליכע ווערטער. און ענדליך די הצלה.
דערנאָך קומט דער "ויהי אחר המבול", ווען מען האָט זיך צוריק אָנגעהויבן צוזאַמען צו נעמען. די שטערע אומשטענדן, און די "די, פי, לאַגערן" אין קרומבאך, אין לייפהיים, אין לאַנדסבערג מיט'ן אמרי חיים זצ"ל, און ליידער די שווערע אומשטענדן וואָס זיין געהויבענער טאַטע הרה"ח המפואר רבי ברוך יהודא ז"ל וואָס איז נעבעך געוואָרן נישט געזונט נאָך די מלחמה, און דער אופן ווי אַזוי מען איז ענדליך געקומען קיין אַמעריקע. וואָס טראָץ דעם וואָס דאָס איז לכאורה אן אינטערעסע פון בלויז די משפּחה, דאך איז עס אינטרעסאנט אויך פאר אַ פרעמדן, ווייל דאָס איז געשריבן ווי אַ היסטאָרישע דאָקומענט וואָס איז אַ לעבעדיגע שילדערונג פון יענע זמנים.
און ענדליך דערזעט מען זיך "על אדמת אַמעריקע", און פון דארט ליינט זיך עס גאָר שפאנאנד ווי אַזוי מען ארדנט זיך איין אין אַמעריקע מיט די שווערע און באַגרעניצטע מעגליכקייטן. און דאָ הייבט זיך אן אַ אינהאלטסרייכע שילדערונג פון דעם לעבן אין יענע צייטן און בעיקר אונטערן שאָטן פון הרה"ק מסאַטמאַר זי"ע, וואו די משפּחה האָט זיך אויפגעהאַלטן און "געלעבט מיטן רבי'ן", איבערהויפּט די פּטירה פון דעם טאַטן, וואָס איז געווען אַזאַ טראַגעדיע ווערנדיג פאַרכאַפּט אַזוי יונג אין די פריע פערציגער יאָרן, איבערלאָזנדיג אַ שטוב מיט קליינע יתומים, וואָס איין קינד איז געבוירן געוואָרן נאר א פאר טעג פאר'ן טאַטן'ס פּטירה און טראָגט טאַקע טיילווייז דעם טאַטן'ס נאָמען, און די מעשה פּלא וואָס האָט פּאַסירט ביים ברית ווען הרה"ק מסאַטמאַר האָט אַלס עומד במקום אב געמאַכט די ברכה "להכניסו" דאָס ערשטע און איינציגע מאָל אין לעבן מיט אַ טרייסל בכל גופו.
פּרק י' איז אַ הערליכע שילדערונג די תקופה "במחיצת רביה"ק מסטאמאר" וואָס איז אַ מוסר ספר צוזאַמען מיט אַ היסטאָרישע אָפּהאַנדלונג, וואָס איז ווייניג בנמצא. זייענדיג אַ יוצא ונכנס בלא בר אין רבין'ס שטוב, ברענגט דער מחבר ערשט-האַנטיגע עפּיזאָדן וואָס איז כדי אָפּצולערנען מיט אַ עיון, וואָס מען קען אפילו נישט ארפברענגען די תוכן הענינים, ווייל יעדעס ענין איז אַ וועלט פאר זיך.
און ערשט נאָכדעם קומט דער עלפעטער פּרק אַלס "הויז בחור ביים רבי'ן", וואָס דאָס איז אַ פרישע פּרק וואָס צריך לימוד, און ר' נפתלי אַלס תלמיד חכם גדול און חסיד'ישער פּערזאָן, האָט געוואוסט וואָס אויפצופּאַסן און וואָס צו פאַר'בוך'ן פאר די קומענדיגע דורות, זיי זאָלן וויסן את המעשה אשר יעשון.
און עס איז נאָך נישט פאַרטיג. ערשט איצט קומט דער פּרק פון "כתיבות חידו"ת של רבינו", וואָס דאָס איז אַ עקסטרע וועלט פאר זיך, וואָס ווערט געליינט אָטעם פאַרכאַפּנד און איז פיל מיט חידושים און ידיעות וואָס איז כמים קרים על נפש עייפה.
און עס פעלט אויך נישט די זמנים ווען דער מחבר שליט"אַ האָט געהאַט די זכי' צו פאָרן מיטן רבי'ן אויף קור, קיין פלאָרידע, וואָס איז באַגלייט מיט שיינע דערציילונגען וועגן די שפּאַצירן און שמועסן מיטן רבי'ן. און דערנאָך קומט דער שבת ומועדים ביים רבי'ן, וואָס איז ראוי לעלות על שלחן מלכים מאן מלכי רבנן, און דערנאָך קומט דער שידוך-שליסן פון דעם מחבר וואָס איז אויך כדאי צו ליינען, ווייל עס איז פול מיט שיינע עפּיזאָדן וואָס קענען אינטערסירן נישט נאָר אַ בן משפּחה, עס האָט אַ היסטארישן ווערד. און דערנאָך קומט די באַשרייבונג פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח מנחם זאב מילער ז"ל וועלכער איז געווען אויסער אַ חשוב'ער איד, אַ תלמיד חכם און חסיד'ישער געשטעל, אויך אַ שיינער יחסן.
און צום לעצט קומט די שידוך פון זיין מאַמע ע"ה בזיוג שני מיט הרה"ק מסקולען זי"ע, און ווערט פארענדיגט מיט די שילדערן זיין משפּחה שיחי' און גאַנץ צום סוף איז די אַ קורצע באַשרייבונג פון דעם שווערן קלאַפּ וואָס כלל ישראל האָט געליטן ביום "כוא"ב תשל"ט.
מען וואָלט אפשר געדאַרפט ברייטער אויסשמועסן די טעמעס וואָס דער חשוב'ער מחבר רירט אָן אין דעם ספר, נאָר אַזוי ווי מען מוז דאָך דאָס סיי ווי סיי ליינען-לערנען, פעלט נישט אויס אַ קלאָרערע באַשרייבונג, ווייל וויפל מען זאָל נישט שרייבן קען מען נישט ערפילן דעם מלא וגדוש'דיגן תוכן פונעם ספר.
על כן, גוטע פריינט, אידן מיט אַ געפיל פאַר אטענטישקייט און ארגינעלקייט וועלן זיכער זיך איילן קויפן דעם ספר און הנאה האָבן פון דעם שיינעם און רייכן תוכן און ארגינעלע חסיד'ישע געשמאַקע און איידעלע שפּראַך מיט וואָס דער ספר איז געשריבן.
מען קען קלאָרשטעלן אַז דער ספר איז כשמו כן הוא, ס'איז פול מיט "נפלאות", און עס לאָזט זיך אַסאַך שמועסן – "אשיחה" – איבער דעם. טעמו וראו כי טוב.
נפלאותיך אשיחה.PNG
פונעם נוסח קוקט אויס אז דאס איז כ"ק הגה"צ ר' אהרן יודא שליט"א אב"ד קהל עדת קאשוי (ראסס סט.)
שטייט קלאר אין ר' יהושע ראזענבערגערס הסכמה, עיין שםאנכי הרואה האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 02, 2024 4:47 pmפונעם נוסח קוקט אויס אז דאס איז כ"ק הגה"צ ר' אהרן יודא שליט"א אב"ד קהל עדת קאשוי (ראסס סט.)
סתם איבער געדריקט גארנישט געטוישט?farshlufen האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אפריל 06, 2024 11:58 pm
דאס איז די אמאליגע"חידושי תורה" די שווארצע בענדער.
גא"מ
מיללער, א ברודער פון הרב ישעי' אשר זעליג מיללער, מהדיר סדר הדורותיקותיאל נטע ראטה האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 2:08 pmגא"מ
פון toys4u?ספרניא האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 2:17 pmמיללער, א ברודער פון הרב ישעי' אשר זעליג מיללער, מהדיר סדר הדורותיקותיאל נטע ראטה האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 2:08 pmגא"מ
איך ווייס נישטOzd האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 7:18 pmפון toys4u?ספרניא האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 2:17 pmמיללער, א ברודער פון הרב ישעי' אשר זעליג מיללער, מהדיר סדר הדורותיקותיאל נטע ראטה האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 07, 2024 2:08 pmגא"מ