טאטאלע ליקוי החמה ל' ניסן אדר"ח אייר תתל"ט - May 1 2079
דאס מאל וועט מען נישט דארפן פארן אין ערגעץ, ס'וועט זיין ממש העכער אונזער קאפ (סארי מאנסי טרעילס...) מ'וועט אבער דארפן אויפשטיין פרי פארטאגס עס צו קענען מיטהאלטן.
ס'וועט זיך אנהייבן ארום 5:53 פארטאגס, און וועט זיין ביים קלימאקס ארום 6:06. אויף 6:58 וועט שוין אלעס זיין צוריק צו נארמאל.
ס'וועט אבער נישט פאסירן אזוי שנעל... גאנצע 55 יאר ארום מיט א חודש וועט אריבערגיין ביזן גרויסן היסטארישן מעמד רבתי, רוב יעצטיגע אייוועלט ניקס וועלן שוין מסתמא זיצן אין מושב זקנים, משיח זאל אוודאי פריער קומען.
לייגט גוט אוועק אייער ליקוי החמה גלעזער ווייל ס'וועט אייך צוניץ קומען אויף די עלטערע יארן!
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot 2024-04-08 134959.png (299.42 KiB) געזען 2641 מאל