א שטייגער ווי דער סידור דאס איז דער זעלבער דפוס
dovidal האט געשריבן: שמעתי דבר נאה מהרב יסגור שליט"א
מי הוא זה?
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
חמרא טבא האט געשריבן:dovidal האט געשריבן: שמעתי דבר נאה מהרב יסגור שליט"א
מי הוא זה?
Idea האט געשריבן: אני הקטן האב געזעהן כמה ספרים געדרוקט אינעם זעלבן דרוק אין לעמבערג אלע האבן די *שטערענדלעך, כפי עס איז אויסגעקומען רעדנדיג מיט גרויסע אנטיק מומחים איז די הסבר ווייל זיי האבן געהאט א מאנגל אין ליידיגע שטיקלעך כידוע ווי מען פלעגט אמאל דרוקן
א שטייגער ווי דער סידור דאס איז דער זעלבער דפוס
איינס האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן: פרשת ויקהל די וואך וואס עס קומט אויס בדר״כ די יארצייט איז נישטא קיין תורות כידוע
נישט אז סאיז נישט דא נאר סאיז אריינגעלייגט אין פרשת פקודי
אין דברי תורה מונקאטש שרייבט ער יא אז סאיז נישטא אבער צריך לומר שכוונתו אז סאיז דא מיעוט תורות (און נאר אין עטרת צבי איז בכלל נישט דא)
אדער יא האט געשריבן: נעכטן ביינאכט אין איילעניש אפגעפלויגן צום שפיטאל, און פארגעסן צו נעמען דעם נועם אלימלך. ווייזט אויס די יומא דהילולא האט מגין געוועזען, נאך געציילטע מינוטין פונעם אנקום האב איך שוין געהערט דאס געוויין פונעם קינד...
יצחק אייזיק האט געשריבן:אדער יא האט געשריבן: נעכטן ביינאכט אין איילעניש אפגעפלויגן צום שפיטאל, און פארגעסן צו נעמען דעם נועם אלימלך. ווייזט אויס די יומא דהילולא האט מגין געוועזען, נאך געציילטע מינוטין פונעם אנקום האב איך שוין געהערט דאס געוויין פונעם קינד...
מזל טוב צום אפשערן...
שמעתי שרבינו הגה“ק מסאטמאר זי“ע נתן פ“א ספר הקדוש נועם אלימלך דפוס ראשון לשמירה לחולה שעבר ניתוח קשה (בנה ביתך)ידיעות שונות האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 12, 2018 1:23 amבספר אוהל אלימלך (אות רפ"ט) להרב מיכלזאהן ברענגט עהר בזה"ל : כתב אלי ידי נפשי הרה"ג מו' חיים דוב גראס (שליט"א) זצ"ל אבד"ק פעטריווא " יש צדיקים שהחזיקו שהספר נועם אלימלך דפוס הראשון - תקמ"ח, הוא מסוגל למקשה לילד", שתשים הספר במיטתה ותלד בניקל. עכ"ל.
אע"פ וואס דער ספר הנ"ל און אזוי אויך די אנדערע ספרים "אהלי צדיקים" פון הרב מיכלזאהן זענען אנגענומען אלס גאר פארלעסליך און מקורות'דיג, מ"מ איז נאך אלס נישט קלאר מבטן מי יצא הדברים, ער ברענגט עס פון אבד"ק פעטריווא וואס ברענגט עס בשם צדיקים אהן א נאמען.
[וע' בספר 'קדושת נועם אלימלך' ברענגט ער צו כמה עובדות פון צדיקים וואס האבן זיך משתמש געווען מיט'ן ספר אלס א סגולה, און ס'איז קלאר משמע אז ס'נישט געווען קיין קפידא דוקא אויף די ערשטע דרוק].
די שטערנדלעך קענען אויך זיין א בחינה פון באל"ד ווערטער, עס שטייט געווענטליך פאר א שטיקל און נאכן שטיקעל איז דא נאכאיינס, לויט דעם חשבון שטימט עס אפילו אויב עס האט מיטן דרוקער.שאראש-פאטאק האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 8:18 pmא אדווארי אייניקעל דערציילט מיך. אז ביי זיי אין משפחה. איז מקובל אז די הייליגע רבי ישעי׳לע מקעריסטיר פלעגט פארלערנין שבת ביי די סעודה נועם אלימלך אין ווען עס איז דא א כוכב פלעגט ער זאגען ״ער זאגט אין זאגט אין זאגט אין זאגט ווייטער אין זאגט״
ווייסט איינער אויב עס איז דא נאך א מקור פון די מעשה?