וואס וואלטן די סייענטיסטן געזאגט אויף דעם ליקוי החמה ווען זיי וואלטן ווען נישט געוויסט דעם אמת?
וואס וואלט געווען די הסבר פון סייענטיסטן פארוואס עס פאסירט א ליקוי החמה, ווען זיי קענען ווען נישט זעהן וואס עס טוהט זיך אין די הויכע ספערן, און אז די לבנה איז דער וואס באדעקט די זון?
די ערשטע געדאנק וואס איז מיר בייגעפאלן איז געווען קליימעט טשענדזש, זיי וואלטן ווארשיינליך אויפגעקומען מיט כל מיני טעאריעס און חשבונות אז די זון ווערט שוואכער איינמאל און אסאך יארן צוליב וואס מענטשן נוצן אזוי סאך לעקטער, און די מענטשליך געמאכטע ליכטיגקייט קלאפּט זיך אן אין די ליכטיגקייט פון די זון, און דאס טרייבט אוועק די ליכט צעלן פון די זון.
אדער אז פעלושן שוואכע אפ די זון, אדער קען גאר זיין אז די זון ווערט פארשעמט אז די מענטשן זענען נישט צופרידן מיט זיין ליכטיגקייט?! בקיצור זיי וואלטן שוין מיט עפעס אויפגעקומען, איך בין נישט באזארגט.
לענינינו? צו די וועלט ווערט טאקע ווארעמער ווייסעך נישט, אבער אפי' אז יא מיינט נישט אז ווייל סייענטיסטן האבן געמאכט א פאקט וואס איז בעיסד אויף א השערה וואס זיי טראכטן, נישט אז זיי ווייסן עס מכח א פאקט, און ווייל די ליבעראלע וועלט האט דאס גענומען אלס די סאמע וויכטיגסטע זאך וואס איז נאר דא, אויף אזוי ווייט אז די אקאנאמיע דרייטצך אסאך איבער דעם, און ביי עני גרויסע וועלטליכע פארזאמלונג פארנעמט קליימעט טשענדזש דעם אויבן אן, מיינט נאכנישט אז ס’איז טאקע אמת.
ס'קען פונקט אזוי זיין אז דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז מיט די צייט זאל עס ווערן ווארעמער, אדער קען אפי' זיין אז די גאנצע מעשה איז איין גרויסע סקעם און ס'הייבצך נישט אן טו בעגין וויט, סך הכל האט דער אייבערשטער פארהוילן דעם פרט פון די סייענטיסטן.
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)