Re: די ברכה אויף 'מזונות' ראלס און ברויטן - תשפ"ג
דערמאנסט מיר טאקע, מיין דיין האט מיר געגעבן איבערצוקוקן דעם קונטרס פון אים, נאך וואס איינער האט אים דאס געשיקט אין פאסט און ער האט געוואלט הערן וואס איך זאג דערויף. כ'בין נישט עכט אינרעסירט דא צו צונעמען שטיקל ביי שטיקל וואס ער זאגט, וועל איך נאר מציין זיין עפעס וואס זאגט פון זיך אליין ואשתומם על המראה ואין מבין.בּרזל האט געשריבן: ↑ פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:05 pmאיר קענט צולייגן צום ליסט הגאון הגדול ר׳ מענדל זילבער שליט״א פריימאנער רבקושטא האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:23 pmבספר ארחות רבינו ברענגט ער בשם הגאון החזון איש זצ''ל כהאי לישנא:אנגעשאשקעטער האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:32 amדי מציאות איז אז שיטת הגרי”ד הארפענעס אז ממעג לכתחילה מאכן המוציא איז ממש א דעת יחידאה צווישן אלע היימישע חסידישע פוסקים דא אין אמעריקע און אפי’ די וואס זענען מער מפקפק אין די מזונות ראללס האלטן אז מזאל ח”ו נישט מאכן המוציא אויף דעם ווען מ’איז נישט קובע סעודה.
אפי' ס'געמאכט מיט מי פירות איז עס נישט מזונות, נאר אויב ס'אזוי זיס אז מ'עסט עס ווי לעקח (קעיק). אויב אבער ס'איז נאר אביסל זיס און מ'עסט עס נישט אלס לעקח, נאר אנשטאט ברויט, ''איז די ברכה המוציא''
אין די מעלות די חודש ברענגען זיי א בריוו פון א זוהן פון דעברעצינער רב, הגאון רבי שלמה צבי שליט''א וואס ער שרייבט בשם אביו זצ''ל כהאי לישנא:
''מזונות ברויטן און ראלס - פלעגט ער פסק'נען און געשריבן אין א קול קורא - ' 'איז די ברכה דערויף המוציא''צוליב צוויי טעמים. א) מען מאכט עס נישט שטארק זיס ב) עס איז א דרך פון מענטשן עס צו עסן אסאך מאל פאר א געהעריגן פרישטאג, דערפאר האט עס א הלכה בכל אופן ווי געהעריגער ברויט. עכ''ל
מכתב הגאון ר' משה ראטה שליט''א בשם אביו כ''ק הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה זצ''ל גאב''ד קארלסבורג כהאי לישנא:
שוין מיט אזויפיל ווי פופציג יאר צוריק, ווען מיין גרויסער טאטע [הגאון הגדול רבי יחזקאל ראטה זצ"ל גאב"ד קארלסבורג ובעל עמק התשובה] איז נתמנה געווארן דורכ'ן רבי'ן זי"ע אלס דיין און צו טוהן אין כשרות, און מען האט דעמאלס אנגעהויבן מאכן די מזונות זעמעלעך, האט ער געזאגט אז 'מען דארף פארפירן און מאכן אן אויפוואכונג וועגן דעם מכשול. זיין דעת להלכה איז געווען, אז וויבאלד זיי זענען נישט גאר שטארק זיס ווי קעיק ממש ''האבן זיי א הלכה ווי המוציא לכל דבר''און מען קען נישט מאכן קיין מזונות דערויף אפילו נישט בשעת הדחק, און אויך נישט אויפן וועג.
עכ''ל
הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט''א אין א תשובה דאטירט ט''ו כסליו תשפ''ד, כהאי לישנא:
אין קיין שום פאל קען מען להלכה נישט מאכן קיין מזונות דערויף, נישט אויפן אויפן וועג און נישט בדרך ארעי.
די מציאות איז כהיום אז די אלע סארטן מזונות ברויט און ראול'ס ווערן געגעסן במקומותינו דורך טויזענטער מענטשן, סיי אין געשעפטן (רעסטוראנטן) און סיי אין שטיבער, אנשטאט געהעריגע ברויט, דערפאר האט עס א חשיבות ''און הלכה ווי 'המוציא ברויט' לכל דבר''אויך ווען מען איז נישט קובע סעודה דערויף.
עכ''ל.
הגאון ר' יצחק זלמן גיפס שליט''א אב''ד ברכת אברהם, אין זיין קלארן שיעור וואס ער האט געגעבן פארגאנגענעם חודש תשרי בביהמ''ד סטאלין, ווי ער איז מברר בברירות גדול למעלה מכל ספק, אז דאס איז לחם גמור וואס איז צריך נטילת ידים המוציא וברכהמ''ז.
איך האב אויסגעהערט דעם גאנצן שיעור, און איך קען אייך איין זאך זאגן! ווער ס'האט נאך סיי וועלכע ספק, און איז באמת נייעריג צו וויסן און גיין מיטן אמת, זאל מוחל זיין אויסהערן דעם שיעור, מתחלתו ועד סופו. ער רעדט א קלארע פליסיגע שפראך, אנפאנג שיעור גייט ער זייער שיין אריבער בקיצור די יסודות פון פת הבאה בכסנין, און ביי 29.45 גייט ער צו צו די א.ג. מזונות ראולס, לבאר ההלכה והאמת בזה, און ער איז אויך מקיף בקיצור פארשידענע מאכלים וואס מענטשן האבן ספיקות דערין ווי קרעקער'ס, פיצא, פאטעטע קנישעס, פיתא. ועוד.
איך שטעל דא אהער דעם לינק וואס א חשוב'ער ניק האט מיר אריין געשיקט, ותשואת חן חן לו. https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... Lang=Idish
שמעו ותחי נפשכם.
במילא פון א דעת יחידאה וואס האלט אז ברכתו המוציא בלי פיקפוק, איז געווארן אזוי:
הגאון בעל חזון איש זצ''ל.
הגאון בעל שבט הלוי זצ''ל.
הגאון דעברעצינער רב זצ''ל.
הגאון בעל עמק התשובה זצ''ל.
ולבחל''ח
הגאון בעל מגד יהודה שליט''א.
הגאון בעל ישראל והזמנים שליט''א.
הגאון אב''ד ברכת אברהם שליט''א.
וואס האלטן אלע אז צריך נטילת ידים, המוציא, וברכת המזון.
אות ז' שרייבט ער אויפן רמ"א מסביר צו זיין מיט וואס ער קריגט זיך אויפן בית יוסף, "וצריך לומר לדעתו דאין בני אדם נמנעים מלקבוע אלא על פת שנילוש מהרבה תבלין או מי פירות כמו לעקו"ך", אין אידיש, די בית יוסף און רמ"א קריגן זיך אין מציאות ווען מענטשן זענען זיך קובע!
--
אות ח' ווי ער זאגט פשט אין רמ"א "פשטות דברי הרמ"א מורה שצריך להיות "הרבה" תבלין או דבש כמיני מתיקה שקורין לעקי"ך, ולא נחית כלל לומר שיהיה תלוי ברוב דבש ומיעוט מים, אלא תלוי בהרבה דבש כל כך שיגרום מתיקות בטעם כמיני מתיקה, עד שכמעט הם עיקר נגד טעם העיסה שמרגישין. ואין לפרש אחרת בדברי הרמ"א, דלא שייך לומר בדבר שתלוי ברוב ומיעוט שכמעט שהוא עיקר, גם לא שייך לומר שיהיה רוב כבמיני מתיקה דאין צריכין לדמות למיני מתיקה אם תלוי ברוב ומיעוט, אלא בטעם תלוי עיקר וטפל, שהדברים הנותנים טעם הם כמעט עיקר העיסה.", איך גיי גארנישט זאגן נאר מעתיק זיין...
1) די עמק ברכה שרייבט אזוי: אבל מורי (הרמ"א) כתב בשולחן ערוך שלו (שם) וזה לשונו, ויש אומרים שזהו פת גמור, אלא אם כן יש בהן הרבה תבלין או דבש כמיני מתיקה שקורין לעקו"ך, שכמעט הדבש או התבלין הוא עיקר*. וכן נוהגין, עכ"ל.
און דער שלה"ק שרייבט אין הגה"ה דערויף אזוי: *הגה"ה.
פירוש, הדבש או התבלין הם הרוב "והעיקר שהעיסה נילושה בהן", ולא נתן מים אלא מעט שבטלין במיעוטן, ובהא כולי עלמא מודו דיש להם דין כיסנין. וכל שכן אם כל העיסה נילושה בדבש או בשאר משקין ואין בה מים כלל, דכל אפי שוה דיש לה דין כיסנין דלעיל, [ו]לא נחלקו אלא על פת הבאה מעיסה שעירב בה דבש או שאר מיני משקין, והמים שבעיסה הם הרוב, שמהר"י קארו סבירא ליה שזהו נקרא גם כן פת הבאה בכיסנין, אם טעם התערובות ניכר בעיסה, ומוהר"ם (רמ"א) סבירא ליה שזהו נקרא פת גמור, הואיל והמים שבעיסה הם הרוב, אף על גב שנתן בה גם כן שאר משקין, כיון דמיעוטא נינהו בטלים הם לגבי המים, ויש לאותה העיסה דין פת גמור לכל דבר, עד כאן הגה"ה.
2) דער ב"ח און אין קורצן ווי אזוי דער שועה"ר שרייבט: "אם עירב בה תבלין ודבש יותר מקמח, שכמעט הדבש והתבלין הם עיקר, והקמח הוא לדבקם ולהקפותם".
3) אפילו דער ט"ז אליין דינגט זיך אויך מיט אים פשט אין די ווערטער פונעם רמ"א וואס טייטשט די ווארט "הרבה": "פי' אם אין בו אלא דבש מועט אף ע"פ שניכר בה הטעם, אלא צריך שיהיה בה הרבה תבלין או דבש "ומיעוטו מים", שכמעט הדבש והתבלין הם עיקר, דהיינו מצד הטעם, שיותר נרגש טעם הדבש והתבלין, מטעם העיסה" וכו', "והעיקר תלוי בלישה אם נילוש ברוב דבש ומעט מים הוי כיסנין".
--
ווען איז במציאות מורגש טעם הדבש יותר מהעיסה איז מוטל בספק, צווישן אות י' וואס מען דארף אליין געסן, צו אות י"ב אז דווקא ביי ווייניג קמח [הגם די ט"ז קריגט זיך אויפן ב"ח, אבער... כ'ווייס נישט], אדער ווי אות י"ג שעיקר הלישה הוא בדבש אלא שאחר הלישה קודם אפיה מוסיף בהעיסה מים...
--
ואחרון חביב, נוראות נפלאתי, הערט גוט, אות כד, די שועה"ר ניצט דאך דעם שליסל ווארט פונעם רמב"ם "שנילושה", און די בית יוסף זאגט דאך אז דאס מיינט שלא נתן מים אלא מעט, און די רמ"א אין ד"מ זאגט דאך אז אפשר דעת הרמב"ם הוא שנילושה "בהרבה" דבש או תבלין אויך ווייל ער איז מפרש תיבת שלש בדבש פונעם רמב"ם אז ס'מיינט אפשר שיש בה "הרבה" דבש, אהה געוואלדיג, האמיר שוין די רעסעפי צו גיין ווייטער צום קומענדיגן אות.
אות כ"ה, בהכרח יעצט מוז זיין אז די שועה"ר גייט מיט די רמ"א שצריך להיות עיקר הטעם של הפת כמיני מתיקה, ווייל ער ניצט דאך דעם לשון הרמב"ם, ניין? נו שרייט'ס אלע בהכרח מוז מען טייטשן דאס וואס די שועה"ר שרייבט "שנילושה בדבש" מיינט "שהעיסה מתוק הרבה", און פון דא אין ווייטער שטימט שוין אלעס, אפילו עירב בה מעט מים, ר"ל שהמים הם מעט ואינם משנים טעם המי פירות, אם הרוב הוא משאר משקין אז נקרא נילוש במי פירות, און שוין.
אהה נאכנישט, "ויש להעמיס זה בלשון הטו"ז, וכן הוא דעת המ"ב, ואין רצוני להאריך בזה עוד." כ'הער... פארשטייט זיך איך גיי נישט פרעגן אז יזכר לך אתמול אשר דברת באות ד' אין בית יוסף וואס האט נישט דערמאנט די ווארט הרבה און נישט די ווארט טעם, דארט האט עפעס יא געשטימט צו לערנען די לשון הרמב"ם נילושה בדבש אז אפילו מען פילט גארנישט קיין טעם, און די גאנצע געביידע דורכאויס די קונטרס איז נאר פונעם לשון "הרבה" וואס די רמ"א שרייבט, און דער שועה"ר לאזט דאך דאס אויס [און כ'זאג אוודאי נישט אז די ט"ז טייטשט דאך עס קלאר אז ס'מיינט רוב ומיעוט, נאר די סוף דברי הרמ"א איז וואס איז מגלה אז עס דארף טעם].
בכל אופן האטס מיר א פרייליכן שבת.