עבודה שבלב!
בס״ד
די חפץ חיים האט אמאל צאמגערופן א גרופע תלמידים, און זיי געזאגט…
״אונז לעבן אין א וועלט וואס יעדער נקודה פון אט די וועלטל שרייט די פארקערטע פון גילוי אלוקית, פון געטליכקייט, ס׳איז צדיק ורע לו, רשע וטוב לו, כדי צו מאכן געלט דארף מען טון השתדלות, און נאכדעם פארלאזט מען זיך אויפן השתדלות, בקיצור.. מען לעבט און א וועלט וואס ס׳איז ממש אוממעגליך צו האלטן די קאפ סטרעי״ט.
האט די חפץ חיים ממשיך געווען, ״די איינציגסטער עצה צו סערווייווע״ן און עס אדורכמאכן, איז אוועקצוגעבן מינימום צוויי שעה א טאג, פון זיך קאכן אין גדלות השם, אמונה, אז ער איז אלעס, טראכטן פון העכערקייט!״
די תלמידים קוקן זיך אָן איינער די אנדערע.. ״ווער האט איבריגע צוויי שעה א טאג פאר דעם?!?, מען דארף דאך לערנען, שלאפן, דאווענען..״
האט די חפץ חיים אויסגעפירט.. ״וואס דען טוט מען ביים דאווענען אויב נישט דאס?!״
חברה.. קויפט אייך איין א מעכטיגע און רייכע און רואיגע לעבן! פשוט אביסל אינזינען האבן ביים דאווענען! איך רעד צו מיך אויך!
א גוטע נאכט!

געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..