LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- גארנישט מיט נישט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4226
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm
זייער א ווייטאגליכע נושא אויף וואס מ'קען שרייבן גאנצעטע בלעטער, אבער בבחינות 'א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער' וועל איך ארויפלייגן אן עד וואס ברענגט זייער גוט ארויס די נושא.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
- בארא פארקער
- שר חמש מאות
- תגובות: 850
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
אלס איינער וואס קומט פון דארט קען איך נישט מער ווי מיטשאקלן מיט ווייטאג איבער דעם פאוסט, 'שרעקליך' איז שוין ליידער אינטערגעשאצט.
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
יא. ממעג טוהן ביזנעס מיט פרויען אבער ביזנעס און נישט סתם פארברענגען אדער רעדן דירעקט און קאמפלעמינטירן. און טאקע דאס איז די פראבלעם פון לינקדאין איבער אנדערע פלאטפארמעס אפיציעל איז עס נישט קיין סאציאלע פלאטפארמע אבער דער בעל דבר איז דארט גרויס פוק חזי די אומאיידלקייט און די נישט אויסגעהאלטנע קאמענטס וואס קומען דארט פאר. ממאכט וויצן מענער און פרויען מקאמפלימענט פערזענדליך. זאכן וואס האבן נישט קיין שום היתר בעולם ווערט געטון בריש גלי׳ דורך היימישע אינגעלייט וואס כאפן נישט (אדער ווילן נישט כאפן) ווי ווייט זיי גייען.
מיין חלק אינעם שמועס...
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
איך בין שוין אויף דעם פלאטפארמא יארן, קיינמאל נישט מיטגעהאלטן מ'זאל קאמפלימענטן אויף אויסזעהן אדער קלייד!
אבי נאך א מחאה
מ'לויפט אויס אויף וואס מוחאה צו זיין קוקט אויס
אבי נאך א מחאה
מ'לויפט אויס אויף וואס מוחאה צו זיין קוקט אויס
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
ליידער איז LinkedIn געווארן פין א פלאץ ווי מעדווערטייזט אין מ'רעדט ביזנעס צו א פלאץ ווי מ'רעדט פין זיך אין פערסאנעל לייף וכו' אלעס כדאי צובאקומען לייקס...
אין אלץ איינער וואס דארף עס נוצן פאר ביזנעס באדערט מיר זייער שטארק וויזוי סקוקט אויס היינט צוטאגס, איטס אלל אבאוט לייקס אין קאמפלימענטס, היימישע אינגעלייט מיט היימישע פרויען וואס וואלטן קיינמאל אין לעבן נישט גערעדט אזוי פנים אל פנים...

- קענסט מיר נישט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4375
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- פארבינד זיך:
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
זוי ווי א ריזגע חלק מחאת
איי עס זענען ליידער יא דא אידן וואס טיען עס
זיי טיען עס נישט ווייל זיי האבן לינדקיען זיין טיען עס אינדרויסען פון לינדקען אויכעט ליידער
מאיבי תחכמני
איך האב נישט געמיינט צו רעדן
איך האב מיך פשוט געשעמט צי שווייגן
כתיבה וחתימה טובה
איך האב נישט געמיינט צו רעדן
איך האב מיך פשוט געשעמט צי שווייגן
כתיבה וחתימה טובה
- פישל דער חכם
- שר מאה
- תגובות: 136
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 9:04 am
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
עס הערשט א שטארקע צומישעניש דא.
א חלק שרייען חי וקיים לינקדאין איז א פראבלעם. ווידער אנדערע שרייען אז עס איז קיין פראבלעם.
די חילוק איז, איינער וואס האט סאושעל מידיע, איז לינקאין נאך ממש כשר, מה שאין כן איינער וואס האט נישט קיין סאושעל מידיע און ער האט ביז היינט געמיינט אז לינקדאין איז כשר ווערט סערפרייזד און זעהט אז עס איז חזר טרייף!
איך בין גראדע יא דארט אויך אויף לינקדאין, און דער פותח האשכול איז 100% גערעכט! איך האף איין טאג אראפצוגיין דערפון.

פארגעס פון דיין נעכטען, טראכט נישט פון דיין מארגן, מאך דיין היינט!
- today not tomorrow
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 261
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 14, 2021 3:47 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
מיט מענטשן וואס זענען נישט אין די ביזנעס וועלט איז דאס שווער צו פארשטיין
מען מעג טוען ביזנעס און קאמיוניקירן מיט פרויען/מענער
די פראבלעם פון אומוויסענדע אדער פראסטע האט גאנץ ווייניג צו טוען מיט לינקדין
דאס קומט פון נישט אויסלערנען בחורים/אינגעלייט וויאזוי מען טוט ביזנעס ע"פ תורה
דאס איז נוגע אין אפיסעס ארבעטער/בעלי בתים, סעילס לייט ביי שאויס וכו'
גארנישט מיט לינקדין דירעקט
א כולל אינגערמאן אין א קיאסק האט טאקע נישט וואס צו זוכן דארט
מען פאשעט אין מבאואת מטונפות נאכדעם לויפט מען צו רבנים וכו' ואכמ"ל
מען מעג טוען ביזנעס און קאמיוניקירן מיט פרויען/מענער
די פראבלעם פון אומוויסענדע אדער פראסטע האט גאנץ ווייניג צו טוען מיט לינקדין
דאס קומט פון נישט אויסלערנען בחורים/אינגעלייט וויאזוי מען טוט ביזנעס ע"פ תורה
דאס איז נוגע אין אפיסעס ארבעטער/בעלי בתים, סעילס לייט ביי שאויס וכו'
גארנישט מיט לינקדין דירעקט
א כולל אינגערמאן אין א קיאסק האט טאקע נישט וואס צו זוכן דארט
מען פאשעט אין מבאואת מטונפות נאכדעם לויפט מען צו רבנים וכו' ואכמ"ל
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
איך בין דירעקט נישט פון די וואס זוכן מוחאה צו זיין (איך זעי נישט די פראבלעם פון די קווין פאנ……) אבער איך בין געווען אויף לינקדין פאר א שטיק צייט ביז איך מחליט געווען אז א ערליכע איד באלאנגט נישט דארט. די זולזול פון התרחקות מנשים איז זייער גרויס. אפציעלע שמסען מיט ערשטע נעמען אויף סתם זאכן איז אסור! און גייט דארט פעסט אן. יא, ווען מען וויל ברענגען אווערנעס איבער א געוויסע נושא נעמט מען עס צו א עקסטרים (קען מען עקסטער דן זיין צו מדארף אזוי טוהן) די פאקט איז אבער אז גאר גאר אסאך שמוסען און אויסדרוקן וואס מען וואלט זיך געשעמט צו זאגן אפי׳ פאר א שוועגערין גייט דארט געשמורט. די אויר פילט זיך ווי ברודער און שוועסטער שמועסן וואס האט נישט קיים שום היתר און אסאך ערליכע אינגעלייט וואס זענען טאקע דארט פאר ביזנעס כאפן נישט ווי סטראגט זיי.
מיין חלק אינעם שמועס...
- בורית כרשינה
- שר מאה
- תגובות: 146
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2022 10:33 am
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
איך בין אראפ פון לינקט-אין ווען שלום לאנגסאם האט ארויפגעברענגט די נושא אין זיין הבדלה בליצן אינטערוויו.
- עדות ביהוסף
- שר חמש מאות
- תגובות: 783
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
זאגסט דאך אויך אז וואס עס גייט פאר איז ווייט נישט פאסיג. (די טראכסט נאר אז דאס איז פון קיאסק יונגעלייט.)today not tomorrow האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 1:20 pmמיט מענטשן וואס זענען נישט אין די ביזנעס וועלט איז דאס שווער צו פארשטיין
מען מעג טוען ביזנעס און קאמיוניקירן מיט פרויען/מענער
די פראבלעם פון אומוויסענדע אדער פראסטע האט גאנץ ווייניג צו טוען מיט לינקדין
דאס קומט פון נישט אויסלערנען בחורים/אינגעלייט וויאזוי מען טוט ביזנעס ע"פ תורה
דאס איז נוגע אין אפיסעס ארבעטער/בעלי בתים, סעילס לייט ביי שאויס וכו'
גארנישט מיט לינקדין דירעקט
א כולל אינגערמאן אין א קיאסק האט טאקע נישט וואס צו זוכן דארט
מען פאשעט אין מבאואת מטונפות נאכדעם לויפט מען צו רבנים וכו' ואכמ"ל
און ווער זאגט מען טאר נישט האנדלען?
וויאזוי מען (כלומר'שט) האנדעלט איז וואס מען קריטיקירט.
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
גערעכט די פראבלעם איז נישט 'לינקדין' די פראבלעם זענען די יונגעלייט/פרויען מיט זייער התנהגותtoday not tomorrow האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 1:20 pmמיט מענטשן וואס זענען נישט אין די ביזנעס וועלט איז דאס שווער צו פארשטיין
מען מעג טוען ביזנעס און קאמיוניקירן מיט פרויען/מענער
די פראבלעם פון אומוויסענדע אדער פראסטע האט גאנץ ווייניג צו טוען מיט לינקדין
דאס קומט פון נישט אויסלערנען בחורים/אינגעלייט וויאזוי מען טוט ביזנעס ע"פ תורה
דאס איז נוגע אין אפיסעס ארבעטער/בעלי בתים, סעילס לייט ביי שאויס וכו'
גארנישט מיט לינקדין דירעקט
א כולל אינגערמאן אין א קיאסק האט טאקע נישט וואס צו זוכן דארט
מען פאשעט אין מבאואת מטונפות נאכדעם לויפט מען צו רבנים וכו' ואכמ"ל
- נעם אין אכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2483
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
איז לינקדאין בכלל א ביזנעס פלאטפארמע?
איך מיין אז סאיז סתם א סקעם, בד״וו שוין נישט דארט געווען פאר בערך 6 יאר

- צוויי גילדען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12142
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע:מלפנים @שמעון משה
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
נו נעם אראפ די ספעציפישע טענה.
אבער דארט טוט זיך גאר 'פריינטליכע' דיסקוסיעס 'פערזענליך' מיט פרויען אויף א 'פאבליק פלאטפורמע' וואס איז גאר גאר אומאיידל, און אי צניעות.
שטעלט אייך פאר אזאנע שמועסערייען אויף אייוועלט מיט פרויען'ס נעמען און בילדער.
כ'קען נישט גלייבן אז מ'פארשטייט נישט די אלף בית.
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
א סקעם איז עס נישט - און געוויסע פעלער קענסטו נאר באקומען די ריכטיגע קאנעקשענס דורך LinkedIn.נעם אין אכט האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 1:43 pmאיז לינקדאין בכלל א ביזנעס פלאטפארמע?
איך מיין אז סאיז סתם א סקעם, בד״וו שוין נישט דארט געווען פאר בערך 6 יאר
אבער עס נעמט נישט אוועק די ערנסטע פראבלעם פון LinkedIn; עס איז א זייער שמיציגע פלאץ (מען קען/דארף בעטן די פילטר צי בלאקן די חלק פון די pictures/video)
open advanced hotline - unlimited channels- over 700 features
low as only ִ$9.99 a month- feel free to contact - Tteltech Advanced Phone Systems
1716-227-2222 - [email protected]
low as only ִ$9.99 a month- feel free to contact - Tteltech Advanced Phone Systems
1716-227-2222 - [email protected]
- עדות ביהוסף
- שר חמש מאות
- תגובות: 783
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
איינער בעט מיר ארויפצולייגן אז מען קען לערנען די דינים דורך דעהו
איך וויל מיטטיילן מיט אייך איבער 'דעהו' וואס טוט ארומשיקן טעגליכע אימעילס פון הלכה און חיזוק אויף די הלכות נוגע צום ארבעטס-פלאץ ווי התרחקות בין אנשים ונשים, יחוד א.א.וו.
איך פערזענליך האב זייער הנאה דערפון, דעריבער רעקאמדיר איך מיינע פריינט זיך אויפצוסיינען, איר וועט געוויס שטארק הנאה האבן, און איר וועט שעפן טעגליכע חיזוק, קלארקייט און פראקטיק וויאזוי צו זיין אן אויסגעהאלטענער איד
זיך אויפצוסיינען שיקט אן אימעיל צו:
[email protected]
אדער www.doeihu.org

- פרומע לבוש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3450
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
- לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
מיט די עקסטרעמע עדד טוט מען אפשר אויף אז אינגעלייט וועלן וויסן זיך אפצוהיטן פון די פלאטפארמע, אבער פון די אנדערע זייט פאר א אינגערמאן וואס איז דארט, און קען זיין ער ווייזט און זעהט איין די פראבלעם פון די פלאץ אבער ווען ער זעהט אזא עדד וואס איז היפש איבערגעטריבן טראכט ער... נע שוין ווייטער דרייען די ארבעטסלאזע עקסטרימיסטן די קאפ... עס איז נישט ממש אזוי.... אזא מעסעדזש באקומט ער, קען זיין זיי צילן טאקע מער אז נייע מענטשן זאלן זיך נישט אויפסיינען ווי דאס אז מענטשן זאלן אראפגיין דערפין.
- גרינע פייגעלע
- שר מאה
- תגובות: 249
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:55 pm
- לאקאציע:צווישן די ביימער
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
פיינעלי האט זיך איינער מרחם געווען, און געפענט א אשכול דערוועגן,
איך פלעג אסאך מאל אריין טשעקען אין לינקדין, (פארוואס נישט? די פילטער לאזט עס דאך אפען) אבער נישט געקענט בלייבן דארט פאר צו לאנג,
נאכן זעהן עכטע פיינע היימישע אינגעלייט שיקן אזאלעכע נאן סעינס, וואס האט מיט קיין ביזנעס איינגעלייגט,
און מען קאמענד זיך, און קאמפלימענט זיך נאך איינעם דעם צווייטען אנשים ונשים,
אסאך מאל קוק איך און איך שטוין,
אינגערמאן די ווייסט אז די טשעטסט אין פובליק?
אינגערמאן, די ווייסט אז א יעדער קען זעהן אז די קאמפלימענטסט א פרוי?
עס איז דא ביזנעס, און עס איז דא פאן טשעטינג,
די דארפסט וויסן ווי די שטייסט איין,
איך קען גראדע א גאר חשובע אינגערמאן, ער פלעגט אייביג אויסלאכן פון די אידן וואס דרייען זיך אויף לינקדין, און ער האט קיינמאל נישט געוואלט שרייבן דארט,
ביז זעהט אויס איינער האט אים איבערגערעדט אז עס קען עם ברענגן אסאך ביזנעס,
היינט איז ער אויף לינקדין פול טיים, שרייבט און קאמענט און לייקט, פאר אנשים ונשים, און זיין ירידה ברוחניות זעהט זיך ליידער שטארק אן,

דאס טראכטן אסאך יונגעלייט מיט קלעבעדיגע אויגן אפיל וווען מען רעדט פשוט פון קוקן אויף דער ערד ווען מען גייט אין גאס.פרומע לבוש האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 2:10 pmמיט די עקסטרעמע עדד טוט מען אפשר אויף אז אינגעלייט וועלן וויסן זיך אפצוהיטן פון די פלאטפארמע, אבער פון די אנדערע זייט פאר א אינגערמאן וואס איז דארט, און קען זיין ער ווייזט און זעהט איין די פראבלעם פון די פלאץ אבער ווען ער זעהט אזא עדד וואס איז היפש איבערגעטריבן טראכט ער... נע שוין ווייטער דרייען די ארבעטסלאזע עקסטרימיסטן די קאפ... עס איז נישט ממש אזוי.... אזא מעסעדזש באקומט ער, קען זיין זיי צילן טאקע מער אז נייע מענטשן זאלן זיך נישט אויפסיינען ווי דאס אז מענטשן זאלן אראפגיין דערפין.
זאל מען נישט רעדן דעם אמת וועגן די מופקרים?
- לאנטש טיים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5363
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
אין דעם אשכול האט מען צוויי זייטן, איינס טענהט אז זיי זענען טאקע אראפ פון לינקדין ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטן, און די סטרא אחרא טענהט אז לינקדין איז 100% אויסגעהאלטן אן קיין שום מכשול. די פאר אינגערלייט וואס דו רעדסט ליינען נישט אייוועלט קוקט אויס.פרומע לבוש האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 2:10 pmמיט די עקסטרעמע עדד טוט מען אפשר אויף אז אינגעלייט וועלן וויסן זיך אפצוהיטן פון די פלאטפארמע, אבער פון די אנדערע זייט פאר א אינגערמאן וואס איז דארט, און קען זיין ער ווייזט און זעהט איין די פראבלעם פון די פלאץ אבער ווען ער זעהט אזא עדד וואס איז היפש איבערגעטריבן טראכט ער... נע שוין ווייטער דרייען די ארבעטסלאזע עקסטרימיסטן די קאפ... עס איז נישט ממש אזוי.... אזא מעסעדזש באקומט ער, קען זיין זיי צילן טאקע מער אז נייע מענטשן זאלן זיך נישט אויפסיינען ווי דאס אז מענטשן זאלן אראפגיין דערפין.
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
לאמיר דיר אויסזאגן א סוד.פרומע לבוש האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 2:10 pmמיט די עקסטרעמע עדד טוט מען אפשר אויף אז אינגעלייט וועלן וויסן זיך אפצוהיטן פון די פלאטפארמע, אבער פון די אנדערע זייט פאר א אינגערמאן וואס איז דארט, און קען זיין ער ווייזט און זעהט איין די פראבלעם פון די פלאץ אבער ווען ער זעהט אזא עדד וואס איז היפש איבערגעטריבן טראכט ער... נע שוין ווייטער דרייען די ארבעטסלאזע עקסטרימיסטן די קאפ... עס איז נישט ממש אזוי.... אזא מעסעדזש באקומט ער, קען זיין זיי צילן טאקע מער אז נייע מענטשן זאלן זיך נישט אויפסיינען ווי דאס אז מענטשן זאלן אראפגיין דערפין.
א) די עד האט געמאכט א גאר בעל בתישע אינגערמאן איינעם וואס די וואלסט געטראכט אז ער איז טאקע וועם מען צילט און איינער וואס קומט פון דארט.
ב) איך ווייס קלאר אז די עד האט שוין אויפגעטוהן! שוין דא וואס זענען אראפ פון דארט צוליב דעם, נאכן זעהן דעים אמת אין פנים און באקומען אביסלעלע התעוורות.
מיין חלק אינעם שמועס...
- שבעת המינים
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 297
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
קען זיין וואס איך גיי דא שרייבן איז נישט ריכטיג, אבער פון מיין עקספעריענס קניפט קיינער נישט אן קיין פערזענליכע קשרים פון לינקעדין, עס איז א ביזנעס פלאטפארמע צו באקומען Exposure, ווען א אינגערמען ריפלייד צו א פרוי מיינט ער נישט איר, ער מיינט אירע ביזנעס און רוב מאל ווייסט ער ניטאמאל ווער זי איז און וויאזוי זי קוקט אויס.
בכלל אין א זייטיגע נאטיץ איז לינקעדין אלעס "roses", יענקל שרייבט איבער זיין נייע פראדוקט און משה קאמפלעמירט אים ווי גוט עס איז אן האבן א מושג וואס די פראדוקט בכלל איז, כידוע ליודעי חן... עס איז דא ווייניג אויפריכטיגע שמועסן און\אדער דיונים אויף לינקעדין, עס איז אלעס סעילס.
(אויב וויל מען מעקן קען מען מעקן)
בכלל אין א זייטיגע נאטיץ איז לינקעדין אלעס "roses", יענקל שרייבט איבער זיין נייע פראדוקט און משה קאמפלעמירט אים ווי גוט עס איז אן האבן א מושג וואס די פראדוקט בכלל איז, כידוע ליודעי חן... עס איז דא ווייניג אויפריכטיגע שמועסן און\אדער דיונים אויף לינקעדין, עס איז אלעס סעילס.
(אויב וויל מען מעקן קען מען מעקן)
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
דיין צווייטע חלק איז עפ״ר אמת. די ערשטע נישט אינגאנצען. (און אפי׳ אויב סבלייבט אזוי איז עס נאך אלץ אסור!)שבעת המינים האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 2:19 pmקען זיין וואס איך גיי דא שרייבן איז נישט ריכטיג, אבער פון מיין עקספעריענס קניפט קיינער נישט אן קיין פערזענליכע קשרים פון לינקעדין, עס איז א ביזנעס פלאטפארמע צו באקומען Exposure, ווען א אינגערמען ריפלייד צו א פרוי מיינט ער נישט איר, ער מיינט אירע ביזנעס און רוב מאל ווייסט ער ניטאמאל ווער זי איז און וויאזוי זי קוקט אויס.
בכלל אין א זייטיגע נאטיץ איז לינקעדין אלעס "roses", יענקל שרייבט איבער זיין נייע פראדוקט און משה קאמפלעמירט אים ווי גוט עס איז אן האבן א מושג וואס די פראדוקט בכלל איז, כידוע ליודעי חן... עס איז דא ווייניג אויפריכטיגע שמועסן און\אדער דיונים אויף לינקעדין, עס איז אלעס סעילס.
(אויב וויל מען מעקן קען מען מעקן)
מיין חלק אינעם שמועס...
- צוויי גילדען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12142
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע:מלפנים @שמעון משה
Re: LinkedIn - די תערובות ביזנעס פלאטפארמע. איז עס אויסגעהאלטן פאר א חסידישע אינגערמאן?
אבער איך זעה נישט פארוואס איינער זעהט אין דעם ערשטן עד אז לינקדין ווערט יעצט אסור. און אז ס'זאל הייסן עקסטריעם.
איך זעה פשוט ווי ער ברענגט א 'פאקט' וואס פאסירט אויף לינקדין טאג איין טאג אויס, איך זעה עס אלץ א אויפוואכונג פאר די וואס שמועסן יא אזוי פרייוויליג אויף א לינקדין פאבליק פלאטפורמע מיט אזא ליבליכע היימישע אטמעספערע מענער און פרויען.
מיר עקלט עס נאך יא יעדע מאל איך זעה אזא קאנווערסעישאן אויף לינקדין, אזוי פאבליקלי, מיט די ערשטע נעמען, מיט די פראופייל, און די היימישע שפראך.