ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

וואלטיער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:22 pm
בית שמאי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:32 pm
wow @וואלטיער עס פרייד זיך דיך צו זען דא, בערך א יאר א האלב צוריק איך האב דיך געשיקט א אישי מיט דריי הערות (איך מיין אז דו האסט עס קיינמאל נישט געליינט) אפשר אז דו וועסט זען די הנאה וואס אידן האבן פון דיין ווערק וועט דאס העלפן פייכט מאכן אייער טאלאנפילע פענע.

איך ווייס נישט צו איר ליינט אייער אישי'ס אבער איך מיז אויסדרוקן מיינע געפילן.
איך האב יעצט גענדיגט ליינען די גאנצע מעשה, דעיס איז סאמטינג ספעשעל, ממש אטעם פארכאפענט, יעדע קערקטער אזוי קלאר ארויס געברענגט אז מ'קען זיך קנעקטען מיט זיי, די מעשה איז אזוי זאפטיג געשריבן אז איך האב עס געזען זיך אפשפילען לעבעדיג פאר מיינע אויגן, און די היסטארישע פאקטן וואס איז דארט צזאמגעווארפן איז עפעס נישט נארמאל, ספציעל יעצט אין א צייט וואס רוסלאנד און אוקריינע זענען און די נייעס איז עס ספציעל גוט אריינגעקומען, אזוי אויך איז די מעשה אזוי ספציעל פרעפעסנאל געבויט קאפיטל נאך קאפיטל ממש א מייסטער ווערק, די האסט מיר פארשאפט שעות פון הנאה און קורת רוח, א ריזיגע יישר כח די זכות זאל דיר ביישטיין.

יעצט דריי הערות, איינס, אז די קענסט יא אזוי גוט און די האסט אזא גוטע פען פארוואס זאלסטו נישט מהנה זיין אידן מיט נאך סחורה, אל תמנע טוב מבעליו?

צוויי, פארוואס האסטו נישט איבער געלאזט קיין דורת פון די לעוו משפחה? וואלט נישט געווען בעסער אז עקיבא זאל האבן א משפחה מיט קינדער און אייניקלעך וואס זאלען טוהן ל"נ פון איתמר? מילע איתמר ער איז דאך געווען אפגעפארן, אבער עקיבא האט דאך זיין מאמע אזוי געהאפט ער זאל וואקסן ערליך, קומט זיך אים נישט דורת פשוט אלס זיין מאמעס תפילת...?

דריי, ווען קומט מישא'ס נקמה?

אזוי צו אזוי נאכאמאל ש'כח פאר די מעשה, איך טוה אנערקען (אויב ס'מעגליך) די קאפ, מוח און שעות ארבעט וואס גייט אריין און מאכן א מעשה און דערנאך אפשרייבן, זייט וויסן הונדרעטע אויב נישט טויזענטע אידן האבן הנאה פון דיינע מייסטווערק, די אייבערשטער זאל דיר באצאלען מיט אלעס גוטס הצלחה בכל אשר תפנה, און סייתא דשמיא וכטו"ס.
ערשטנס, א ריזן יישר כוח פאר די תגובה. פונקט אזויווי איר זאגט אז איר האט געפילט 'קאנעקטעד' מיט די כאראקטארן פון די געשיכטע וועגן די שפראך און די וועג וויאזוי זיי זענען געשריבן, פונקט אזוי שפיר איך אז איך האב 'קאנעקטעד' מיט אייערע ווארעמע ווערטער צוליב די שפראך וואס איר האט גענוצט. איך דאנק אייך זייער, באמת.

צו ענטפערן אייער הערות:

1. איך האב שוין אזויפיל מאל געוואלט שרייבן, אבער עס האט נישט געקענט קומען אויפ'ן חשבון פון די קינדערלעך, לערנען, און ארבעט. נו, אבער די איבעריגע צייט קען מען דאך שרייבן...ספעציעל זינט דער שרייבער האט אזא הנאה ווען די פענע פליסט, פונקט ווי די לייענער האבן הנאה. אבער כדי צו שרייבן פיקציע דארף מען קענען אריינגיין אין די קעמערלעך פונעם מח וואו די פאנטאסטישע וועלטן, מיט אלע זייערע כאראקטארן, אביעקטן, און געשעענישן וואוינען. און דאס קען מען נאר טון ווען עס איז שטיל און רואיג. נו, פרעג איך אייך, וויפיל מינוטן אינעם טאג/וואך זענען שטיל און רואיג? אויב האט איר אזאנע עקסטערע מינוטן, ביטע שיקט זשע אריבער!

2. איר זענט נישט דער ערשטער דאס צו פרעגן, און איך האב שוין געכאפט פאר דעם ערליכע פעטש פון מיין רעדאקטאר. דער 'עדיטאר' פונעם בוך איז געווארן שטארק צוגעבינדן צו די לעוו כאראקטארן, און מיר קלאר געזאגט אז איך זאל זאפארט טוישן די ענדע. נו, אז דער רעדאקטאר סטראשעט פאלגט מען. אבער דאס נישט געבן פאר די לעוו משפחה איבערצולאזן דורות איז געווען א דירעקטע באשלוס, ווייל איך האב געוואלט דערמאנען די לייענער אז, 1. גאנצע משפחות זענען געווארן פארניכטעט דורך די נאצישע הענט ימ"ש, און עס איז נישט פארבליבן ווער עס זאל זיי דערמאנען און ווייטער ציען די נעמען, און 2.אז אפילו צווישן די מלחמה איבערלעבער זענען געווען די וועלכע האבן נעבעך נישט איבערגעלאזט דורות (עטליכע צוליב די כעמישע און פיזישע עקספערימענטן וואס די נאציס ימ"ש האבן אויסגעפירט אויף זיי). ווער געדענקט זיי דען? ווער ציעט ווייטער אן זייערע נעמען? איך האב געוואלט אז די לייענער זאלן פילן א געפיל פון פארלוסט און אומבאפרידיגטקייט. אבער סתם פייניגן וויל איך נישט, און איך האף איבערצושרייבן אויף דורות ישרים ומברכים.

3. אט, אט, אי"ה האף איך עס צו שרייבן. איך הער שוין ווידער די גערוישן פון די טשעטשניער מלחמה, די קולות פון די סאלדאטן אויפן פראנט, און די בלאטע-געדעקטע טאנקן, אין די טעג פון כאאס און קריג ווען מישא האט אויסגעפירט זיין נקמה. איך קען שוין ווידער הערן די רואיגע, סאציאפאטישע שטימע פון זיין 'באס', וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין, ווי ער גיבט זיינע באפעלן פאר אונזער העלד, אין אומפריינטליכע, קילע אפיסעס, מיט טייערע לעדערנע בענקלעך, און עלעגאנטע מעבל. איך קען אויך שפירן אביסל מער פון מישא'ס שטענדיג בענקעדיגע זעהל, זיין צומישעניש, זיין חוצפה,און זיין העלדישקייט. איך האף אייך צוריק אריינצושלעפן אין זיין וועלטל, בקרוב אי"ה.
גיימר אינז אויך נהנה זיין פון די המשך, אדער דאס שרייבסטו שוין פארן ביכל?
איך פרעג הגם איך האב אין פלאן צו צאלן אלע געלטער פאר דעם ביכל!
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

א יישר כח פאר אייער ענטפער (סיי דא און סיי אין אישי) עס איז מיר באמת א כבוד.

עס פרייד מיר דאס הארץ צו הערן [=זען] אז איר וועט ווייטער גיין מיט די מעשה. די אויבערשטער זאל העלפן אז די קינדערלעך זאלן זיין שטיל און רואיג עס זאל זיין תורתך משתמרת ומלאכתך מתברכת כדי דו זאלסט האבן די ריכטיגע ישוב הדעת און א קלארע מח וואס פאדערט זיך צו קענען ווייטער שפינען די מעשה.

אין די עכטע וועלט מאכט זיך ליידער אז די מציאות איז זייער ביטער, ס'איז אמת אז די אלע נאצישע רציחות איז פיל מער ווי א מענטש קען פארשטיין, אבער ווען מ'ליינט א בוך וויל מען דייקא די גוטע ענדע וואס מאכט זיך נישט אייביג אין די מציאות'דיגע וועלט, מ'ליינט א בוך [און ספציעל א פיקציע] צו הנאה האבן און אויב עס ענדיגט זיך נישט גוט בלייבט מען מיט א ביטערן טעם אין מויל. נאכדערצו ווען מ'איז אזוי צוגעבינדן מיט די העלדן פון די מעשה.

איך קען שוין קוים ווארטן זיך ווידער צו טרעפן מיט מישא, איך זע אים שוין פאר מיינע אויגן מיט זיין אומפארהיילטע וואונד אויף זיין באק... איך האף עס וועט זיין אסאך אינטערסאנטע באקאנטע און אומבאקאנטע שטיקלעך היסטאריע אין די קומענדיגע קאפיטעלן.

איך ווינשט אייך אסאך הצלחה מיטן בוך, איך גלייב עס וועט זיין א בעסט סעלער..
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ששת אלפים
תגובות: 6011
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:22 pm

3. אט, אט, אי"ה האף איך עס צו שרייבן. איך הער שוין ווידער די גערוישן פון די טשעטשניער מלחמה, די קולות פון די סאלדאטן אויפן פראנט, און די בלאטע-געדעקטע טאנקן, אין די טעג פון כאאס און קריג ווען מישא האט אויסגעפירט זיין נקמה. איך קען שוין ווידער הערן די רואיגע, סאציאפאטישע שטימע פון זיין 'באס', וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין, ווי ער גיבט זיינע באפעלן פאר אונזער העלד, אין אומפריינטליכע, קילע אפיסעס, מיט טייערע לעדערנע בענקלעך, און עלעגאנטע מעבל. איך קען אויך שפירן אביסל מער פון מישא'ס שטענדיג בענקעדיגע זעהל, זיין צומישעניש, זיין חוצפה,און זיין העלדישקייט. איך האף אייך צוריק אריינצושלעפן אין זיין וועלטל, בקרוב אי"ה.
אט אט עס קומט! דער קעמפוס רויכערט נאך, די ביקסן זענען נאך הייס, א רחמנות דער מישא וואס מיר האבן איבערגעלאזט אין וואלד, זיך ווישנדיג די שעפסן בלוט.

אבער ניין מישא! איר זענט נישט אליינס! טאבאריש וואלטיער האט פון פריש דאס פעדער א טינק געטאן. גוטע צייטן קומען!

איתמר'ל! די טרויערידגע מעלאדיעס פון די מאזשיצע אזכרה דארט אין ווארשעווע געטא, קלונגט אונז נאך אין די ביינער! מיר וועלן אייך נישט פארגעסן! אט אט, און קאמאנדיר וואלטיער וועט אייך דורות שענקן.

פוטינקע! א שמייס אין אוקריינא? א שטויס פאר נאוואליני?? קאן זיין! אבער דער ציפ פון חבר וואלטיער גייט שטארק ציפן...

וואס טוט זיך מיט דעם געשאסענעם סאלדאט וועמען מישא האט אין די אינגע יארן געראטעוועט פונעם גרויזאמען פעלד ארבעטער? מעגליך ער איז בלויז געפאלן אין א קאומע און ראביי וואלטיער גייט אים נאך פארשרייבן לחיים? זאגאר דער וואס האט פארסם'ט פוטין?? הו קנאוס...

און צו אייך ליבער וואלטיער, איין ווארט: קענט וועיט!
כבוד המנהל, איר האט דאך שוין דעם פאספארט! נו ווען פאהר מיר??
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

ארחיקה נדד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:05 am

אין מילים…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

הער @וואלטיער , איך האב איצטער באמערקט אז איר זענט אריינגעפאלן דא נאך א לאנגע אפוועזנהייט.

שוין לאנג וואס איך האב אייך געוואלט אפגעבן דעם גרויסן ישר כח וואס קומט אייך, פאר'ן אהערשטעלן אזא אינטרעסאנטע און ציענדע מעשה. היינט אין א וועלט פון כל מיני ליטעראטור, פאלט אריין גאר ווינציג וואס קומען נאך און זענען באמת פון א העכערע קאליבער, אייער פארזעצונג איז געווען אטע דאס, א שטארק ציענדע מעשה, גוט געבויעט, זאפטיג אראפגעלייגט און קלאר געשריבן.

עס איז געווען גאר שטארקע פארגעניגן צו לעזן אייערע שפאנענדע מעשה!

איך קוק ארויס און ערווארט די קומענדיגע חלק.

ישר כח.
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן ווינטער
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

@וואלטיער א גענאדע ביטע פאר די הינגעריגע ליינער, צו געיבען אביסל טועמיה פון די פרייעדיגע ענדע בעפאר עס וועט ערשיינען אין די געשעפטען

א גרויסן דאנק
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

נאו וועי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
וואלטיער איז דא צוריק!!!!!!!!!!!!!!!
איך האב שוין אסאך געליינט אין נאך קיינמאל נישט מיטגעשפירט אזוי עכט ווי דא.
איך האב צום ערשטן מאל ארויסגעהאט פון די סאוויעטישע מיליטערישע געזעלשאפט עפאכע צו די שפעטערדיגע קאראפטירטע טיראניע נאכן ליינען דיינע זיסע שרייב ווערק, אוי ווי מיר האבן מיטגעפיהלט ווען מישא האט געכאפט זיינע מכות אין צוריסן דעם באק אין לאנטש רום, אין די קעריקטער פון וואסילי איז ווייט נישט אוועקצומאכן, וויאזוי הייסט ער דארט דער אמעריקאנער עושר וואט עווער....

יעצט מיין פינצעלע מיינונג
איך האלט אז אפילו מישא זאל וועלן נקמה נעמען, מיז מען לאזן עפעס דאונסייד צו די געשיכטע צו האלטן די אויטענטישע שטריכן פון א רוסישע הארטע קאראפטירטע מציאות וואס דער ליינער דארף ווייטער פילן אפילו נאך די נקמה, אין פאקט איז דאס וואס מאכט מיר אינטערעסירט אין צו טראכטן אויף צוריק פון א געשיכטע איז אט דאס אז געוויסע חלקים בלייבן נאך אלץ אומגעלעזטץץ

אבער א נקמה (פון פריגאזין:)) זעמיר נישט מוותר.................
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בן טוב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:36 pm
נאו וועי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
וואלטיער איז דא צוריק!!!!!!!!!!!!!!!
איך האב שוין אסאך געליינט אין נאך קיינמאל נישט מיטגעשפירט אזוי עכט ווי דא.
איך האב צום ערשטן מאל ארויסגעהאט פון די סאוויעטישע מיליטערישע געזעלשאפט עפאכע צו די שפעטערדיגע קאראפטירטע טיראניע נאכן ליינען דיינע זיסע שרייב ווערק, אוי ווי מיר האבן מיטגעפיהלט ווען מישא האט געכאפט זיינע מכות אין צוריסן דעם באק אין לאנטש רום, אין די קעריקטער פון וואסילי איז ווייט נישט אוועקצומאכן, וויאזוי הייסט ער דארט דער אמעריקאנער עושר וואט עווער....

יעצט מיין פינצעלע מיינונג
איך האלט אז אפילו מישא זאל וועלן נקמה נעמען, מיז מען לאזן עפעס דאונסייד צו די געשיכטע צו האלטן די אויטענטישע שטריכן פון א רוסישע הארטע קאראפטירטע מציאות וואס דער ליינער דארף ווייטער פילן אפילו נאך די נקמה, אין פאקט איז דאס וואס מאכט מיר אינטערעסירט אין צו טראכטן אויף צוריק פון א געשיכטע איז אט דאס אז געוויסע חלקים בלייבן נאך אלץ אומגעלעזטץץ

אבער א נקמה (פון פריגאזין:)) זעמיר נישט מוותר.................
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

ווארטען מיר מיט שפאנונג די בוק זאל ארויסקימען
@וואלטיער קען מען שוין געבען מעות קדימה
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

וואלטיער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 7:38 pm
"היום יום שלישי בשבת..."
אוי, איך געדענק נאך גוט ווי דער עולם פלעגט מיך דערמאנען, און מאנען, וואלטיער זיסער,ס'איז דאך שוין דינסטאג און מען ברויך שוין הערן וואס דער פארלוירענער, אבער העלדישער, מיכאל אלישייב טוט ווידער אנווירטשאפטן. די תעניג וואס די דערמאנונגען פלעגן מיר געבן איז אומבאשרייבלעך. און אז כ'האב געקענט ליפערן א זאפטיג שטיקל מהנה צו זיין נאך אום יום שלישי, אך, וואספארא זעהליגע געפיל. וויסנדיג וואספארא הנאה די חשוב'ע עולם האט געהאט פונעם סעריע, איז מיר געקומען אין געדאנק דאס ארויסצוגעבן אלץ בוך. איך האב גענומען אן אויסערגעווענליכער, טאלאנטפולער רעדאקטאר דאס דורכצוגיין, פאררעכטן, און אויסלייגן פארן דרוק (און מיט אזויפיל טעותים וואס די ארגינעלע באשרייבונג איז ב"ה געבענטשט געווארן, נו, ווי זאגט מיין בחור'ל, "ס'איז בווווושות".) רוב בוך איז שוין ב"ה רעדאגירט, אבער עס פעלט נאך איין זאך: א גוטע ענדע.
דער רעדאקטאר האט געשפירט אז סיי מיכאל אלישייב, און סיי לעוו באטשי, האבן זיך פארדינט א "העפי ענדינג". נחת. צופרידנהייט. און לאנגע דורות. און דאס האט געפעלט פונעם ענדע. נו, דארף מען זיך זעצן שרייבן כדי די בוך זאל קענען ארויסקומען אויפן קומענדיגן יומא דפגרא.
און איך וועל אייך זאגן דעם אמת, ליבע לייענער,איך האב שוין זיבן און צוואנציג מאל געהויבן צוריק דעם פענע (דיגיטאל, פארשטייט זיך. קיעבארד, בלע"ז), און זיך געזעצט שרייבן. אבער די טינט איז געווען פארטריקנט. כ'האב געשאקלט דעם פענע אהין און אהער, געפאכעט דערמיט מיט גרויס אייפער און ווילן, אבער ס'איז געווען נעבען די פארקערטע פונעם כמעין המתגבר. איך האב דעם העלד מיכאל אלישייב מער נישט געזעהן. איך האב אים מער נישט געקענט. און וויפיל איך זוך אים אין מח שאכטל, וויפיל איך נישטער אין די געהירן, איז ער נישט דארט. איך ווייס נישט וואס ער טראכט, וואס ער טוט, וואס ער פילט. זיינע הרגשים זענען פרעמד פאר מיר. נו, אז איך קען אפילו דעם בוך נישט רעדאגירן פון גרויס פרעמדעניש צו די כאראקטערן פונעם געשיכטע, ווי קען איך זיי דען געבן דעם ערליך פארדינטן נקמה?

בעט איך אייך, טייערע לייענער, זאגט מיר ביטע, וויאזוי קען איך ווידער פייכט מאכן דעם געטריקנטן פענע? וואס טוט איר ווען איר טרעפט זיך אן אין אזא וואנט ווען איר ווילט שרייבן?
לאזט מיר וויסן, ביטע, ווייל כאטש די פראסט פונעם סעזאן איז נאכנישט געקומען, פארכט איך זיך אז די פרילינג וועט מאכן איר ערשיינונג אויפן וועלטל, און וועט זיך אפפערן אלץ טעמע פאר די משוררים און פייטנים, און דאך וועל איך נישט האבן געליפערט א ווערדיגע נקמה פאר אונזער העלד, מיכאל אלישייב.
ווען קומט ארויס די ביכל?
קענט וועיט
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

קליינע טאטע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:47 pm
ווארטען מיר מיט שפאנונג די בוק זאל ארויסקימען
@וואלטיער קען מען שוין געבען מעות קדימה
יעדעס מאל איך באקום א נאטיפיקאציע אהער, לויפן מיינע מחשבות צו די פיינע צייטן ווי דער טאלאנטפולער @וואלטיער האט אונז געברענגט פיינע ווארע מידי שלישי בשלישו, מיט הערליכע סחורה, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די נקמות פון די העלדן, און ווי מישא האט זיך פאראייניגט מיט זיין פאמיליע, ווער ווייסט אפשר וואוינט ער דא און קווינס מיט די יוצאי בכאריע....
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

בן טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:51 am
קליינע טאטע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 4:47 pm
ווארטען מיר מיט שפאנונג די בוק זאל ארויסקימען
@וואלטיער קען מען שוין געבען מעות קדימה
יעדעס מאל איך באקום א נאטיפיקאציע אהער, לויפן מיינע מחשבות צו די פיינע צייטן ווי דער טאלאנטפולער @וואלטיער האט אונז געברענגט פיינע ווארע מידי שלישי בשלישו, מיט הערליכע סחורה, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די נקמות פון די העלדן, און ווי מישא האט זיך פאראייניגט מיט זיין פאמיליע, ווער ווייסט אפשר וואוינט ער דא און קווינס מיט די יוצאי בכאריע....
און אזוי, מיט דער נאטיפיקאציע פון דיין אייגענער תגובה, האסטו מיר ווידער אויפגעוואכט די האפענונג אז אפשר האט שוין וואלטיער ארויסגעלייגט די פרייליכע מעלדונג אז דער בוך איז אין דרוק און בקרוב וועלן מיר קענען ליינען די גאנצע געשיכטע פון מישא, שוין נאך דער נקמה וואס ער האט אונז פארשפראכן.

אבער אפשר לוינט זיך טאקע צו שרייבן ווי מער תגובות, אזוי ארום צו דערוועקן וואלטיער, ווייל ווי ס'זעט אויס איז ער אריינגעפאלן אין א לאנגן שלאף וואס ווייסט נישט פון זיין ענדע צו זאגן.

האלא? @וואלטיער , דו הערסט? דער עולם ווארט אויף דיר…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ששת אלפים
תגובות: 6011
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

ארחיקה נדד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 6:11 pm
וואלטיער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:54 pm
א גוטן ליל שישי חשובע יום-שלישי חברה,
שוין לאנג נישט דא אריינשפאצירט און איך מוז זאגט אז ס'האט זיך געלוינט זעענדיג אז דער עולם האט נאך אלץ הנאה פונעם ערציילונג. ס'איז געווען אן עהרע און א פריווילעגיע מהנה צו זיין די אידן דא אויפן וועבזייטל וואך נאך וואך.
אבער מאנכע האבן אויסגעדרוקט פארדרוס אויף דעם אז עס פעלט נאך עפעס...מישא' נקמה.
זיין שבועה נישט צו פארשווייגן די פארגאסענע בלוט פון באלקאנסקי'ס אומשולדיגע קרבן (און אויך אין די אנדערע בראטווע מיטגלידער וועלכע האבן אנטייל גענומען).
ווייסמיר אז ער ער נקמה גענומען, אבער וויאזוי, און ווען, און אויף ווי ווייט האט עס אפעקטירט זיין כאראקטער, און זיין זעהל? (לאמיר זיך נישט נארן. נקמה לאזט איבער א ריזן פלעק אויפן נשמה פונעם נוקם).
נו, זענען די פאדערער און אנקלאגער נישט מער ווי גערעכט. אבער וואס זאלן מיר טוען, ס'איז נישט דא גענוג צייט אין טאג אפילו צו מאכן טיי-סענס אדער שמירן די רעדער, שוין אפגערעדט פון נקמה נעמען. אבער א שבועה איז א שבועה, און מישא איז נישט איינער וואס זאל פארגעסן זיין עהרן-ווארט.
וועלן מיר טראכטן דערפון. און שרייבן. אבער אזויווי עס איז קוים דא צייט, העמיר עס לאזן אויפן ווינטער סעזאן. אפשר אויף חנוכה. אפשר אויף פורים. בלי נדר, ווען עס ווען זיין פראסטיג אויפן גאס וועלן מיר ליפערן א פראסטיגע נקמה.

וואלטיער
און ווידער א יאר פארביי...
און כמעט נאכאיינס...

די רחמנות'פולע בליקן פון די געשפאלטענע קלעים'דיגע באשעפענישן, באגלייטן נאכאלץ אלישייב אין דעם פארווארפענעם וועלדל. די גערוישן פון די ציטרויטענע פריש געפאלענע בלעטער באגלייט מיטן וואיענדען ווינטל, טוען אנדייטן אויף דעם אנקומענדען ווינטער גאסט...
אלישייב דרייעט זיך ארום מיט ביטערניש, 'וואס האט דער וואלטיער געמיינט?? ווילאנג ברויך איך נאך ווארטן אויף מיין איין פיסיגען חבר (?) וואסילי??'

"אלישייב!"

א הויעכער דארער אינגערמאן מיט א בלאנדן בערדל איז פון ערגעצוואו ארויסגעוואקסן. זיינע לויטערע בלויע אויגן באטראכטן מיט רחמנות דעם האר באוואקסענעם אלישייב.

"מיין נאמען איז וואלטיער! און..."

פארזעצונג קומט...
כבוד המנהל, איר האט דאך שוין דעם פאספארט! נו ווען פאהר מיר??
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9239
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

ארחיקה נדד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 8:58 am

"איך האב אייך א שאלה צו פרעגן: כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?"

פארזעצונג קומט...
זאל איך גיין ביים צענער?

אוטש א נאטיפיקאציע פון די אשכול ברענגט ארויף געגועים

אוודאי כמעט נאכאיינס. פון וואו ווייס איך? ווייל כ'האב פאריגע וואך שבת אנגעהויבן איבערליינען די פארזעצונג. דאס מיינט אז גאר, גאר א לאנגע צייט איז אריבער זינט @וואלטיער פלעגט אונז באגליקן מיט זיין גאלדענער פעדער.

איך ווארט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”