באהאלטענע ליכטיגקייט
אויף די וועגן און שטעגן מ'שפאנט
צו פארשידענע ערטער אומבאקאנט
באפעלאו אדער גאר ווערמאנט
מיטצוהאלטן פונדערנאנט קראנט
אין טרעפיק לאנגע שעות מ'זיצט
דעם 'ליקוי' אלץ תירוץ מ'נוצט
אויף א טאג צוויי אוועקצופארן
א געהעריגע וואקאציע טוט מען שפארן
מיין חבר א גאנצע מבין איז ער
אלץ פארשטייט ער - נאר ביז ער
דארף מיך מסביר'ן מסתמא
ווי אזוי ארבעט א ליקוי חמה
מיט די גלעזער אויף די אויגן
מיטן קעפעלע ארויפגעבויגן
מיטצוהאלטן די שיינע מתנה
די זון ווערט באדעקט דורכן לבנה
ס'איז טונקל אינמיטן העלן טאג
געב איך צו מיין חבר א זאג
זאגט ער ניין האסט נישט פארשטאנען
'נאכט' אינמיטן טאג איז פארהאנען
-
וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דעם
ווען אימער מיר האבן א פראבלעם
פון טונקלקייט נישט ווערן באנומען
אט אט וועט די זון צוריק ארויסקומען
צוריק לעכטיג פונקט ווי פריער
ווייל ליכטיגקייט איז פארהאן אונטער איר
ווארט נאר צו די עטליכע מינוט
וועסטו זען ווי אלעס ווערט צוריק גוט
פון קאוויד לאמיר נישט פארגעסן
ארויסגענומען פון דארט א שטארקע לעסן
וואו עס איז באדעקט די פענסטער אלע
מיינט אז אינעווייניג מ'טאנצט פאר חתן וכלה
ווייל ווען ס'איז טונקל חושך אפילה
מיינט אז טיפער אין איר א וויילע
ליגט אמת'ע ליכטיגקייט באהאלטן
וועלכע שפראצט צווישן די שפאלטן
בעטן מיר באשעפער פון די וועלט
די זון האסטו שוין אפגעשטעלט
שטעל שוין אפ אונזער געמיינע קעלט
און נעם אונז אריין אין דיין ווארעמע געצעלט.
צו פארשידענע ערטער אומבאקאנט
באפעלאו אדער גאר ווערמאנט
מיטצוהאלטן פונדערנאנט קראנט
אין טרעפיק לאנגע שעות מ'זיצט
דעם 'ליקוי' אלץ תירוץ מ'נוצט
אויף א טאג צוויי אוועקצופארן
א געהעריגע וואקאציע טוט מען שפארן
מיין חבר א גאנצע מבין איז ער
אלץ פארשטייט ער - נאר ביז ער
דארף מיך מסביר'ן מסתמא
ווי אזוי ארבעט א ליקוי חמה
מיט די גלעזער אויף די אויגן
מיטן קעפעלע ארויפגעבויגן
מיטצוהאלטן די שיינע מתנה
די זון ווערט באדעקט דורכן לבנה
ס'איז טונקל אינמיטן העלן טאג
געב איך צו מיין חבר א זאג
זאגט ער ניין האסט נישט פארשטאנען
'נאכט' אינמיטן טאג איז פארהאנען
-
וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דעם
ווען אימער מיר האבן א פראבלעם
פון טונקלקייט נישט ווערן באנומען
אט אט וועט די זון צוריק ארויסקומען
צוריק לעכטיג פונקט ווי פריער
ווייל ליכטיגקייט איז פארהאן אונטער איר
ווארט נאר צו די עטליכע מינוט
וועסטו זען ווי אלעס ווערט צוריק גוט
פון קאוויד לאמיר נישט פארגעסן
ארויסגענומען פון דארט א שטארקע לעסן
וואו עס איז באדעקט די פענסטער אלע
מיינט אז אינעווייניג מ'טאנצט פאר חתן וכלה
ווייל ווען ס'איז טונקל חושך אפילה
מיינט אז טיפער אין איר א וויילע
ליגט אמת'ע ליכטיגקייט באהאלטן
וועלכע שפראצט צווישן די שפאלטן
בעטן מיר באשעפער פון די וועלט
די זון האסטו שוין אפגעשטעלט
שטעל שוין אפ אונזער געמיינע קעלט
און נעם אונז אריין אין דיין ווארעמע געצעלט.