תזריע - זאג "איך ווייס נישט!"

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

תזריע - זאג "איך ווייס נישט!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

מיר האלטן אין פרשת תזריע וואו די תורה הקדושה רעדט ארום בעיקר וועגן די טומאת נגעים, א נגע פון צרעת וואס קען חלילה קומען אויף א איד. און ווי חכמינו ז"ל לערנען אונז זענען די נגעים געקומען אלס א עונש אויף פארשידענע עבירות בין אדם לחבירו, און בפרט אויף די עבירה פון רעדן לשון הרע ווי באקאנט.

די פרשה פון נגעים הייבט זיך אָן מיט די ווערטער אָדָם כִּי יִהְיֶה בְעוֹר בְּשָׂרוֹ שְׂאֵת אוֹ סַפַּחַת אוֹ בַהֶרֶת וגו' וְהוּבָא אֶל אַהֲרֹן הַכֹּהֵן אוֹ אֶל אַחַד מִבָּנָיו הַכֹּהֲנִים, א מענטש וואס וועט האבן איינס פון די פארשידענע סארטן נגעים וואס די תורה רעכנט אויס, זאל ער געברענגט ווערן צו אהרן הכהן אדער צו איינער פון זיינע קינדער די כהנים. און די תורה איז ממשיך מיט די דינים אז דער כהן דארף זעהן דעם נגע און לויט דעם באשליסן וואס דארף געטוהן ווערן מיט'ן מצורע, אמאל פארשפּאַרט מען איהם פאר א וואך צו זעהן אויב ס'וועלן צוקומען סימני טומאה אין די נגע, און צומאל קען איהם דער כהן גלייך מטמא זיין און ארויסשיקן אינדרויסן פון די מחנה, געוואנדן לויט וועלכע סארט נגע עס איז.

צום ערשט קען מען פרעגן, פארוואס עפעס כאפט דא אָן די תורה אזא אינטערסאנטע לשון "וְהוּבָא אֶל אַהֲרֹן הַכֹּהֵן אוֹ אֶל אַחַד מִבָּנָיו הַכֹּהֲנִים", וויבאלד עס איז א מצוה וואס דארף געטוהן
ווערן דווקא דורך א כהן, וואלט געקענט שטיין סתם 'וְהוּבָא אֶל הַכֹּהֵן' וואס דאס נעמט אריין אין זיך סיי וועלכער כהן אין סיי וועלכן דור (און אזוי שטייט טאקע אנהייב פרשת מצורע, זֹאת תִּהְיֶה תּוֹרַת הַמְּצֹרָע וגו' וְהוּבָא אֶל הַכֹּהֵן, אזוי אויך דא אליינס אין אונזער פרשה שטייט ווייטער די גאנצע צייט "וְרָאָה הַכֹּהֵן") און פארוואס פעלט אויס די אריכות הלשון פון דערמאנען אהרן הכהן אדער איינס פון זיינע קינדער, ווען אינעם ווארט כהן וואלט שוין אלעס געווען נכלל.

האט נישט קיין מורא, איר קענט עסן טרינקן און זיך פרייען
אויך איז כדאי צו ברענגן וואס שטייט אין מדרש אין אונזער פרשה (ויק"ר ט"ו ד') אויפן פסוק אדם כי יהיה בעור בשרו, א משל צו א קעניג וואס האט אריינגעברענגט א פרינצעסין אין זיין פאלאץ, אבער ווי נאר זי האט געזען אז ס'הענגט א ריט אויפן וואנט צו שלאגן מענטשן דערמיט, האט זי זיך זייער דעשראקן מורא האבנדיג אז אויך איר וועט דער קעניג שלאגן. ווען דער קעניג האט געזען איר שרעק האט ער איר בארואיגט און געזאגט "האב נישט קיין מורא, דאס איז נאר געאייגענט פאר די קנעכט און דינסטן, אבער דו קענסט קומען עסן און טרינקן און זיך פרייען".

דאס זעלבע זאגט די מדרש, כָּךְ כֵּיוָן שֶׁשָּׁמְעוּ יִשְׂרָאֵל פָּרָשַׁת נְגָעִים נִתְיָרְאוּ, אָמַר לָהֶם מֹשֶׁה אַל תִּתְיָרְאוּ, אֵלּוּ לְאֻמּוֹת הָעוֹלָם אֲבָל אַתֶּם לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת וְלִשְׂמֹחַ. ווען כלל ישראל האבן געהערט די פרשה פון נגעים האבן זיי מורא געהאט, האט זיי משה רבינו געזאגט "האט נישט קיין מורא, נגעים איז געמאכט פאר די גויים, אבער איר וועט קענען עסן און טרינקן און זיך פרייען, ווי ס'שטייט אין פסוק (תהלים ל"ב) רבים מכאובים לרשע והבוטח בה' חסד יסובבנהו".

בפשטות פארשטייען מיר פשט אין מדרש אז די כוונה איז אויפן ענין פון יסורים און צרות וואס זענען מרומז אין 'נגעים', און אויף דעם זאגט טאקע משה רבינו פאר כלל ישראל אז זיי דארפן נישט מורא האבן ווייל דאס איז געאייגענט נאר פאר די גויים וואס השי"ת וויל זיי פייניגן און שטראפן, אבער די אידן וועלן זוכה זיין צו א הנהגה פון חסד ורחמים און זיי וועלן נישט ליידן קיין צרות און עונשים.

אבער אז מיר פארטיפן זיך אביסל מער, וואס איז טאקע פשט אז משה רבינו מאכט אוועק די פחד פון כלל ישראל אז זיי דארפן נישט מורא האבן פון די פרשה פון נגעים? די דינים און הלכות פון נגעים זעלבסט איז דאך זיכער יא געגעבן געווארן פאר כלל ישראל און נישט פאר די גויים.

און אפילו אויב מיר וועלן זאגן אז די פרשה פון נגעים איז בעיקר געגעבן געווארן בלויז אפצושרעקן כלל ישראל כדי זיי זאלן נישט זינדיגן, און משה רבינו בארואיגט זיי אז באמת וועט דאס נישט קומען למעשה און עס וועט נישט פאסירן ביי זיי, איז אבער שווער וואס איז די אויספיר פונעם מדרש "אבל אתם לאכול ולשתות ולשמוח"?, וואו קומט דא אריין דער ענין פון עסן און טרינקן און זיך פרייען?, עס וואלט געדארפט שטיין אז "איר קענט זיין רואיג און באקוועם אז ס'וועט נישט קומען אויף אייך די עונשים", וואס איז די כוונה פון די אכילה שתיה און שמחה וואס דער מדרש דערמאנט דא?.

ווען מען רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס...
איידער מיר טרעטן צו צו אונזער נושא, הערט א ערשט האנטיגע מעשה, וואס מיר האבן ליידער אליינס בייגעוואוינט פון גאנץ נאנט.

עס האט זיך געהאנדלט א גאר פיינע שידוך פאר א טאכטער פון איינס פון מיינע גוטע ידידים, לאמיר איהם רופן ר' משה. ר' משה איז א איד וואס פארמאגט א הארץ פון גאלד, פשוטו כמשמעו, ס'זענען פארהאן ווייניג מענטשן מיט אזעלכע הערצער. ער איז עוסק אין עסקנות און חסד פאר אנדערע כמעט יומם ולילה, ווען ער קען נאר וועט ער ארויסגיין פון זיין וועג און טוהן א טובה פאר א צווייטן. און אזוי איז ער אויך מחנך זיין שטוב לשם ולתפארת, זיינע קינדער זענען בעלי מידות טובות און העלפן איהם ארויס מיט זיינע גוטע מעשים. ער האט אלעמאל א אפענע טיר פאר נשברי לב און סתם ארחי פרחי. אין זיין געגנט ווער עס דארף נאר אמאל א ווארימע נאכטמאל, א שבת'דיגע סעודה, סתם א טעימה קלה אדער א גוט ווארט, ווייסט די אדרעס פון ר' משה. בקיצור זיין הארץ און זיין שטוב זענען אלעמאל אפן פאר אידישע קינדער.

דער שדכן האט איהם טאקע אנגעטראגן זייער א פיינער בחור, ממש א כליל המעלות אזויווי עס פּאַסט, און דער שידוך האט אויסגעזעהן צו פארן אויף גוטע רעלסן ב"ה און האט זיך גערוקט פאָראויס אין א גוטע ריכטונג. ממש אין די לעצטע מינוט האט אבער די אנדערע צד צוריקגעצויגן פונעם שידוך אָן געבן א קלארע סיבה פארוואס. דער שדכן האט עפעס ארויסגעשטאמלט האלבע ווערטער אָן קיין צופרידנשטעלנדע ענטפער פארוואס דער בחור'ס עלטערן האבן אפגעלאזט די פארשלאג וואס האט שוין כמעט געהאלטן ביים ווערן. עס איז געווען קענטיג אז עפעס באהאלט זיך דא א סיבה וואס ער איז אומבאקוועם ארויסצוגעבן.

ר' משה איז געווען זייער ערשיטערט דערפון, און האט זיך שטארק אויסגעגאסן דאס הארץ פאר זיינע נאנטע מענטשן. זייענדיג א פערזענליכע ידיד האב איך באשלאסן אז איך וועל זיך אריינלייגן אין די נושא און פראבירן מברר צו זיין וואס דא איז פאָרגעקומען. דער שדכן האט געדרייט מיט'ן צונג און נישט געוואלט רעדן, אבער מ'האט געקענט טאַפּן אז איינער האט דא שטארק באַרעדט ר' משה און ארויסגעלאזט אויף איהם א שלעכטע שמועה וואס דאס האט גורם געווען מבטל צו זיין דעם שידוך.

נאכן איהם דרוקן צום וואנט, האט דער שדכן זיך ענדליך געבראכן און ער האט מיר אנטפלעקט דעם סוד, אז איינער האט געזאגט אז ר' משה איז ממש א בן בליעל און א שעדליכער
מענטש, און ס'זענען דא אנגעווייטאגטע עלטערן וואס זייער בלוט גיסט זיך פון צער דורך זיין אומגעוואונטשענע עסקנות און טובות וואס ער האט זיך אריינגעמישט אין זייערע אנגעלעגנהייטן.

איך בין געווען אינגאנצן שאקירט צו הערן אזעלכע ווערטער. ווי ווייט איך ווייס איז ר' משה א איד וואס טשעפעט נישט קיין פליג, ולא זו בלבד, אפילו זיין עסקנות איז געווענליך קאנצעטרירט בלויז אויף ענינים פון צדקה וחסד, ער שטיצט און העלפט ארימעלייט און צובראכענע אידן בדרך כבוד אויף פארשידענע אופנים, און פון וואנעט האט ארויסגעשפראצט אזא שרעקליכע שמועה אז ער איז גאר א שופך דם און א שלעכטע מענטש? עס האט מיר שטארק געערגערט וויסענדיג אז די שמועה האט דאָך א מקור, ווער זאל דאס וועלן טוהן, און נעמען אחריות אויף די תוצאות פון אזא לשון הרע, ווי למשל דער שידוך וואס איז געגאנגען לטמיון צוליב דעם.

נאכן אדורכשמועסן מיט א דעת תורה וואס האט געזאגט אז אדרבה, אויב איז דא עפעס וואס ר' משה דארף פאררעכטן, דאן איז דער שדכן מחוייב צו דערציילן דעם נאמען פונעם בעל השמועה וואס האט אזאנס געזאגט אויף איהם, כדי מ'זאל דאס קענען מברר זיין. הכלל, דער שדכן האט זיך געבראכן און געזאגט אז 'יענקל פלוני' איז געווען דער וואס האט באַרעדט ר' משה אין די אויערן פון זיין כמעט-געווארענעם מחותן, און יענקל האט דאס געזאגט בשם זיין שותף אין די ביזנעס 'ברוך', וואס יענער איז פון די 'באטראפענע עלטערן' וואס האבן א שווער הארץ אויף ר' משה.

בקיצור, מיר וועלן נישט באמוטשען מיט די גאנצע אריכות הדברים, נאך לאנגע חקירות ודרישות האט זיך ארויסגעשטעלט, אז יענקל'ס שותף ברוך האט א זוהן וואס פירט זיך נישט אויף אינגאנצן אין שוואונג, און ברוך רעדט זיך כסדר אפ אויף איהם אז ער ווערט פארשוואונדן פון שטוב פאר לאנגע שעות אָן צו זאגן וואו ער גייט און ווען ער קומט צוריק און זיין הארץ גייט אסאך מאל אויס פון שרעק. און בתוך הדברים האט ער אויך דערציילט אז איין שבת אינדערפרי איז זיין זוהן געגאנגען עסן די סעודה מיט עטליכע חברים אין שטוב פון אונזער ר' משה, און ער איז ערשט צוריקגעקומען אהיים מוצאי שבת... און פון דעם האט יענקל שוין געקאכט א קאַשׁע אז ווארשיינליך איז ר' משה א שלעכטער מענטש און פארגיסט בלוט פון אומשולדיגע עלטערן!!! ווען זיין גאנצע חלק אין די מעשה איז געווען אז דער בחור וואס איז נישט געווען אינדערהיים פאר לאנגע שעות, האט גראדע געגעסן א סעודה ביי איהם אין שטוב וואס איז סייווי אפן פאר כל דכפין און כל דצריך, און מער פון דעם גארנישט...

כלפי מה דברים אמורים, וואס ווילן מיר ארויסברעגנן מיט די מעשה? זייער אסאך מאל מאכט זיך אז דער מענטש רעדט זיך איין אז 'ער ווייסט אלעס'! עס איז איהם גענוג צו הערן עפעס האלבע ווערטער, אבער ער האט שוין ארויס די פאקטן און די דעטאלן, און ער זאגט עס נאך איבער מיט א זעלבסט זיכערקייט כאילו לא היה.

יענקל האט געהערט צוויי ווערטער פון זיין שותף ברוך, און ער האט שוין געבויעט אויף דעם א גאנצע טורעם, און דאס האט געפירט אז א שידוך זאל נישט קענען צושטאנד קומען. און ווער ווייסט וויפיל נאך זאכן זענען ארויסגעקומען מכוח די נישט ריכטיגע שמועה.

א גרויס חלק פון די עבירה פון רעדן לשון הרע און רכילות, איז דאס וואס דער מענטש לאזט פריי זיין מויל אָן די ריכטיגע התבוננות און מחשבה פון פארדעם. איידער דו רעדסט טראכט אריין, ווער זאגט אז דו ווייסט דעם אמת? און אפילו ווען דו ווייסט אסאך, איז דען מעגליך צו וויסן אלע פארהוילענע פרטים און צדדים אין די מעשה? און וואס איז געשען מיט'ן חיוב פון דַן זיין לכף זכות? און אזוי ווייטער. אבער דער מענטש טראכט נישט! ער האט א אינערליכע דראנג צו רעדן און צו דערציילן, ער וויל טראגן און ברענגן נייעס און דעליווערן זאפטיגע סחורה פאר ווער עס הערט איהם נאר צו, אז עס פאלט איהם אפילו נישט איין צו האלטן דאס מויל פארמאכט. ער טראכט אפילו נישט קיין איין סעקונדע וויפיל שאדן און וויפיל בכיה לדורות עס קען אמאל ארוסקומען פון איין לשון הרע'לע וואס ער האט בלויז אביסל צוגעפיצט און באזאלצן מיט זיין ארימע פארשטאנד...

ווען רש"י זאגט "לא ידעתי פירושו"
אצינד לאמיר צוריק קומען צו די פרשה פון נגעים און באמערקן א שטארקע חידוש:
די תורה הקדושה זאגט (יג ג') אז ווען א מענטש האט אויף זיין גוף איינס פון די פארשידענע סארטן נגעים, שְׂאֵת אוֹ סַפַּחַת אוֹ בַהֶרֶת, זאל דער כהן באטראכטן דעם נגע, וְרָאָה הַכֹּהֵן אֶת הַנֶּגַע בְּעוֹר הַבָּשָׂר וְשֵׂעָר בַּנֶּגַע הָפַךְ לָבָן וּמַרְאֵה הַנֶּגַע עָמֹק מֵעוֹר בְּשָׂרוֹ, אויב ס'האט אין זיך צוויי האָר וואס זענען אויך געווארן ווייס אינאיינעם מיט'ן נגע, און בכלל די נגע זעהט אויס כאילו ס'איז נידריגער און טיפער אריין ווי די הויט פונעם מענטש, אזויווי די טבע איז אז א ווייסע זאך ווען ס'ליגט נעבן זאכן מיט אנדערע פארבן, זעהט די ווייסע זאך אלעמאל אויס טיפער און ווייטער אוועק, דעמאלטס איז עס א זיכערע נגע צרעת, וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ, דער כהן איז תיכף מטמא דעם מענטש און מאכט איהם פאר א מצורע מוחלט.

וְאִם בַּהֶרֶת לְבָנָה הִוא בְּעוֹר בְּשָׂרוֹ וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן, אויב ס'איז אזא סארט נגע וואס זעהט אבער נישט אויס טיפער ווי די הויט פונעם מענטש, און ס'האט אויך נישט קיין ווייסע האר אין זיך, אזא מצורע קען מען נישט גלייך מטמא זיין אלס א זיכערע מצורע, נאר "וְהִסְגִּיר הַכֹּהֵן אֶת הַנֶּגַע שִׁבְעַת יָמִים" דער כהן דארף איהם איינשפּאַרן אויף א וואך און זעהן שפעטער אויב עפעס וועט זיך טוישן אינעם מראה הנגע.

קומט רש"י הקדוש און זאגט אויף די ווערטער "וְעָמֹק אֵין מַרְאֶהָ - לא ידעתי פירושו" איך ווייס נישט וואס איז פשט דערפון.

אויבנאויף וואלטן מיר געזאגט אויף די ווערטער פון רש"י זעלבסט "לא ידעתי פירושו!" מיר פארשטייען נישט וואס איז דא נישט צו פארשטיין, וואס האט געבאדערט פאר רש"י אויף די ווערטער ועמוק אין מראה וואס מיינט לכאורה גאנץ פשוט אז די אויסזעהן פונעם נגע איז נישט טיף. און בכלל, אויב רש"י ווייסט נישט, האט ער דאָך נישט געדארפט מודיע זיין אז ער ווייסט נישט, רש"י וויל דאָך מפרש זיין די פסוקים, און אויב ער האט נישט קיין פירוש דא, וואלט ער זיך אינגאנצן געקענט צוריקהאלטן פון שרייבן סיי וואס.

אין די מפרשים איז דא פארשידענע מהלכים צו ערלקערן פארוואס רש"י האט נישט פארשטאנען די טייטש פון די ווערטער ועמוק אין מראה. [לדוגמא דער רמב"ן זאגט אז וויבאלד רש"י זאגט פריער אז ס'איז א טבע און א מציאות אז די ווייסע קאליר זעהט אלעמאל אויס טיפער ווי אנדערע קאלירן, דעריבער האט זיך רש"י דא געוואונדערט וויאזוי איז בכלל מעגליך אז ס'זאל זיין אזא סארט נגע וואס זעהט נישט אויס טיפער, לא ידעתי פירושו, ווייל איך ווייס נישט וויאזוי עס קען זיין במציאות].

דער כהן שאצט אפ דעם מצורע און איז איהם מחזיר בתשובה
שטייט אבער אין ספרים א דבר נפלא. די גאנצע סיבה פארוואס די תורה הקדושה הייסט דעם מצורע קומען צום כהן און דער כהן זאל פסק'ענען זיין דין, איז צוליב דעם וואס די כהנים זיי זענען בני אהרן, זיי טראגן אין זיך די הייליגע מידות און כוח פון זייער גרויסע זיידע אהרן הכהן, ווי מיר האבן דערמאנט אינעם פריערדיגן שיעור די ווערטער פונעם משנה (אבות פ"א משנה י"ב) " הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה", אהרן הכהן איז געווען דער וואס האט געזוכט צו פארשפרייטן שלום ושלוה ביי כלל ישראל, און עוסק געווען מחזיר בתשובה צו זיין אידישע קינדער, ווי דער נביא זאגט אויף איהם (מלאכי ב' ו') "בְּשָׁלוֹם וּבְמִישׁוֹר הָלַךְ אִתִּי וְרַבִּים הֵשִׁיב מֵעָוֹן". אט די הייליגע עבודה איז געבליבן ווייטער ביי די כהנים במשך אלע דורות, און זיי פלעגן מעורר זיין אידישע קינדער צו תשובה און תיקון המעשים.

און דעריבער ברענגט מען דער מצורע וואס האט געזינדיגט און איז געשטראפט געווארן, "וְהוּבָא אֶל אַהֲרֹן הַכֹּהֵן אוֹ אֶל אַחַד מִבָּנָיו הַכֹּהֲנִים", די תורה דערמאנט דייקא די כוח פון אהרן הכהן, ווייל דאס איז די סוד פון די כהנים, דאס איז זייער מיטל און זייער כוח במשך אלע דורות, אז זיי זענען מתלמידיו של אהרן הכהן, און זיי זענען די וואס קענען פסק'ענען און דַן זיין דעם מצורע ביז זיי ברענגן איהם צו זיין גאנצע טהרה.

ווען דער כהן פלעגט אנקוקן דעם מצורע, האט ער געקענט מרגיש זיין מיט זיין קדושה, און אפלערנען די סימנים, ווי טיף דער מענטש איז איינגעזינקן אין טומאה, ווי ווייט ער איז פארזינדיגט און דערווייטערט פון השי"ת. ווי דער אלשיך הקדוש זי"ע און נאך ספרים הקדושים זענען מאריך צו טייטשן די סימני טומאה און די מראות פון יעדע סארט נגע אויף וואס פונקטליך עס איז מרמז.

עס איז אבער פארהאן אמאל ווען דער כהן באטראכט דעם נגע און ער זעהט נישט קיין באזונדערע סימני טומאה, דאס הייסט אז דער כהן קען נאך דערווייל נישט דערגיין וואו דער מענטש האלט, וואס איז זיין אמת'ע מצב אין רוחניות, און דעריבער דארף ער איהם איינשפּאַרן אויף א וואך, איהם געבן צייט זיך מתבודד צו זיין און מתבונן זיין, און מ'וועט זעהן אין א שטיק צייט ארום וואס איז זיין מהות און זיין מצב.

מיט דעם ערקלערן די ספרים, אז דאס האט רש"י הקדוש געמיינט מרמז צו זיין מיט זיינע ווערטער. ווען עס קומט צו גיין אזא סארט נגע וואס ס'איז עָמֹק אֵין מַרְאֶהָ מִן הָעוֹר וּשְׂעָרָה לֹא הָפַךְ לָבָן, עס האט נישט קיין סימני טומאה, זאגט דער כהן צום מענטש "לא ידעתי פירושו" איך ווייס נישט וויאזוי אפצוטייטשן דיין נגע, איך ווייס נאכנישט וואס מען ווייזט דא פון הימל, און דעריבער וועל איך דיר מוזן פארשפּאַרן אויף דערווייל ביז זאכן וועלן קלאר ווערן. (ספר בית אהרן, להג"ר שלמה זלמן הורוויץ אב"ד פאטאק זצ"ל)

דער כהן זאגט צום מצורע דו מוזט נישט אלעס וויסן
לעניננו קענען מיר גיין א טריט ווייטער און מפרש זיין בדרך רמז, אז א חלק פונעם עונש און די מוסר וואס מ'גיבט דא פארן מצורע איז דאס וואס דער כהן זאגט איהם "לא ידעתי פירושו!" רבי איד דו מוזט נישט אלעס וויסן! ווען מ'איז דיר געקומען פרעגן (אדער אפילו נישט געפרעגט) א זאך וואס האט געהאט אין זיך א צד לשון הרע, א זאך וואס איז נוגע וועגן א צווייטן, און דו האסט געשפירט פאר וויכטיג צו זיין דער 'אלס ווייסער' און געטראגן און געברענגט רכילות געבויט אויף דיינע איינגערעדטע און פאלשע ידיעות, דאס האט געברענגט אויף דיר דעם נגע. ווען דו וואלסט זיך געקענט אביסל איינהאלטן, ווען דו וואלסט זיך אפגעשטעלט א מינוט און מתבונן געווען איידער דו מאכסט אויף דיין מויל צו באַרעדן יענעם, ווען דו וואלסט בעסער אריינגעקלערט אין די סיטואציע און דו וואלסט זיך איבערצייגט אז באמת ווייסטו נישט אלע פרטים, און אז ס'איז נישט מעגליך צו וויסן באמת, און דו וואלסט גענומען די מיה יענעם דַן צו זיין לכף זכות און טראכטן אז אפשר איז ער נישט אזוי שלעכט ווי דו מיינסט, אפשר האט ער נישט געטוהן אזא גרויסע עוולה ווי עס דאַכט זיך דיר, און ממילא וואלסטו דאס אלעס געקענט פארמיידן.

און דאס לערנט דער כהן - דער אוהב שלום ורודף שלום, צום חוטא, און ער זאגט איהם, עס איז צייט זיך אויסצולערנען צו נוצן דעם "לא ידעתי פירושו", ווען איינער פרעגט דיך וואס איז דארט פאָרגעגאנגען אדער וואס האט פלוני געטוהן, "למוד לשונך לומר איני יודע" ווי חז"ל זאגן אונז, לערן זיך אויס צו זאגן און מודה צו זיין אז איך ווייס נישט אלעס, און אזוי וועסט נישט אריינפאלן אינעם נעץ פון לשון הרע און מחלוקת און שנאת הבריות וכדומה.

און טאקע דערפאר שפאַרט מען איהם איין, מען זינדערט אפ דעם מצורע, אז ער זאל האבן צייט צו טראכטן און אריינקלערן פאר זיך. ער זאל נישט זיין מעורב בין הבריות, ער זאל נישט זיין ארומגענומען מיט אנדערע, און נישט זיין לָהוּט צו וועלן זיין דער ערשטער צו פארקויפן די נייעס. אדרבה, אביסל שווייגעניש און התבוננות וועט איהם העלפן זיך איינגעוואוינען צו קענען זאגן "לא ידעתי" איך ווייס נישט אלעס און עס האט נישט מיט מיר...

נישט נאר סור מרע נאר אויך עשה טוב
די ציל פון פרשת נגעים איז אויסצולערנען א איד וואס נישט צו טוהן, און וויסן אז אויב מ'היט זיך נישט דאס מויל דעמאלטס וועלן קומען עונשים און נגעים ח"ו. אבער אודאי נישט דאס איז די תכלית און דער רצון ה' אז כלל ישראל זאל למעשה באשטראפט ווערן דערמיט. אדרבה, די תורה הקדושה איז א 'סם חיים' און וויל אונז לערנען וויאזוי מען דארף יא לעבן, א איד דארף געדענקן אלעמאל זיך צו היטן זיין דיבור, אכטונג געבן ווען ער רעדט פון א צווייטן, גוט טראכטן איידער ער זאגט א שלעכט ווארט, און דן זיין יענעם לכף זכות ביי יעדע געלעגנהייט. און ווען מען לעבט אזוי דארף מען טאקע נישט צוקומען צו קיין עונשים און נגעים, דאס בלייבט נישט מער ווי א ריט אויפן וואנט און אלס א שטראף פאר די גויים.

און דער מדרש לייגט צו, א מענטש זאל נישט זאגן צו זיך שלום עלי נפשי, איך וועל טאקע האלטן מיין מויל פארמאכט און נישט רעדן קיין שלעכטס אויף אנדערע און מיט דעם בין איך יוצא מיין חוב. זאגט דער מדרש, ניין דאס איז נישט גענוג! "אבל אתם לאכול ולשתות ולשמוח" די עבודה פון א איד איז מקיים צו זיין הֱוֵי מִתַּלְמִידָיו שֶׁל אַהֲרֹן אוֹהֵב שָׁלוֹם וְרוֹדֵף שָׁלוֹם, אוֹהֵב אֶת הַבְּרִיּוֹת וּמְקָרְבָן לַתּוֹרָה, גיי ארויס און זיץ און פארברענג מיט אנדערע, זיי וואויל און העפליך און א אוהב את הבריות, האב ליב אנדערע אידן און זעה וואס דו קענסט יא טוהן גוטס ב'קום ועשה' דורכן רעדן גוטע רייד צו אנדערע. פונקט ווי עס איז פארהאן א מצוה פון סור מרע זיך צוריק צו האלטן פון שלעכטע רייד און נישט זאגן וואס מען טאר נישט, איז דא א חיוב פון עשה טוב יא צו רעדן און צו זאגן דאס וואס מען דארף יא, ברענג אריין א חיות און א שמחה אין אנדערע, זיי מחזק דער וועמען מ'דארף מחזק זיין, פארגין פאר יענעם א גוט ווארט, און דארט זאלסטו נישט זאגן "לא ידעתי פירושו" איך ווייס נישט אויב עס פעלט אויס, אדער איך ווייס נישט אויב יענער דארף עס. אין עשה טוב דארף מען גיין לחומרא און יא וויסן אלעמאל וואס מען האט צו טוהן.

די ריכטיגע הכנה צו פסח דורכ'ן פה סח
ווי פאסיג איז דער ענין אין די יעצטיגע טעג ווען מיר שטייען שוין סמוך ונראה צום הייליגן יום טוב פסח. און ווי עס איז מבואר אין אלע ספרים הקדושים אז פסח איז א זמן פון 'פֶּה סָח' די מויל גייט רעדן הייליגע דיבורים פאר השי"ת, די מויל גייט מקיים זיין מצות סיפור יציאת מצרים און רעדן דיבורים פון אמונה און קדושה אין די אויערן פון אונזערע קינדער. און דאס פאדערט א הכנה פון אונזער זייט צו כַּשֶׁר'ן און אנגרייטן דאס מויל אז ס'זאל טאקע זיין ראוי צו דעם.

אין ספה"ק תפארת שלמה ווערט געברענגט אויפן פסוק אין פרשת צו "מַצּוֹת תֵּאָכֵל בְּמָקוֹם קָדֹשׁ" אז די תורה לערנט אונז אז א איד דארף מאכן א הכנה פאר פסח, און זיך אויסרייניגן מיט תשובה און תיקון המעשים, אזוי אז די מַצות וואס ער וועט עסן פסח זאלן אריינגיין אין מקום קדוש - א הייליגע מויל און א הייליגע גוף.

איז דאָך אודאי נישט שייך קיין בעסערע הכנה ווי ארבעטן אויפן מויל אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן און ערליך, ארויסצונעמען אונזער אייגענע דיבור פון גלות, און זיך גוט מתבונן זיין איידער מ'רעדט עפעס ארויס אויף יענעם, וויסן ווען מ'דארף זאגן לא ידעתי פירושו, איך ווייס נישט אלעס און איך מוז נישט אלעס וויסן, און ווען מ'דארף יא וויסן צו זאגן א גוט ווארט. און בשם ה' נעשה ונצליח, אז א איד וויל זיך הייליגן און מקדש און מטהר זיין העלפט מען איהם פון הימל צו קענען זיך פירן ווי עס דארף צו זיין, און זוכה זיין צו א הייליגע און לעכטיגע יום טוב מיט אלע גוטע השפעות ברוחניות ובגשמיות עד בלי די.

לסיכום געדענק:
• געדענק אז דו ווייסט נישט אלעס, אפילו ווען עס דאכט זיך דיר אז דאס האסטו געהערט אדער אזוי האט פאסירט, איז עס נאכנישט קיין פאקט!
• געדענק יא צו נוצן די מויל פאר עשה טוב, זאגן א גוט ווארט, א קאמפלימענט, חיזוק. דארט זאג נישט לא ידעתי.
• די הכנה צו פסח -'פֶּה סָח' איז צו רייניגן דעם מויל און עס נוצן נאר וואו ס'איז ריכטיג.

א לעכטיגע שבת קודש!


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: תזריע - זאג "איך ווייס נישט!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pm
דו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: תזריע - זאג "איך ווייס נישט!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

תזריע - זאג "איך ווייס נישט"
https://torahanytime.com/lectures/293321

פרינט ארויס לכבוד שבת
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 13&gil=172
א לעכטיגע שבת קודש!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: תזריע - זאג "איך ווייס נישט!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

סארא קעפל...
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”