Re: ביהמ"ד הגדול באבוב - 45
וואס פאלט אייך בכלל איין אז די סאטמערע וועג איז מער א חומרה?nobody האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 05, 2024 12:25 pmאלץ איינער וואס קען נישט הלכות מקוואות וויל איך פארשטיין,בבקשה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 05, 2024 6:38 amשמעתי אז ווען מען האט געבויט די מקוה אין 48, האט מען געפרעגט די מהרש דערוועגן, האט ער געזאגט אז מען זאל נישט מאכן די חומרא פון סאטמער רבי, ווייל עפעס א חומרא מוז מען לאזן וואס א מקוה טהרה זאל זיין מער.מנשה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:17 pm
אפשר איז דא פון די מיעוט וואו ער מאכט נישט אזוי... כ'גלייב אז ער מאכט ביי יעדע קרייז לויט זייער מסורה.
צום עצם שאלה פון @מהודר, כ'האב נישט קיין תשובה, כ'ווייס נישט. אבער לאמיר דיר זאגן א ווארט, באט פליז דאנט געט מי ראנג. אין באבוב לדורותיהם האט מען געהאט מקוואות לפי שיטת הדברי חיים, נאך איידער מען האט אין באבוב געוואוסט וויאזוי מען ספעלט דעם ווארט סאטמאר... און מען זוכט געווענליך אנצוהאלטן די אייגענע מסורות און נישט נאשן פון אנדערע, אפי' ווען אנדערע זענען מחמיר ביי געוויסע ענינים.
כ'האב געהערט דערציילן א מעשה, ווען מען האט גערעדט מיט'ן רבי'ן שליט"א בנוגע די מקוה וויאזוי עס צו בויען, האט איינער פון די עסקנים געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ס'איז דא א געוויסע חומרא וואס מען קען טון אין די מקוה, און די מקוה וועט זיין לויט שיטת דברי חיים מיט נאך חומרות. האט דער רבי שליט"א געענטפערט דברים קילורין לעינים (בערך בזה הלשון): "א חומרא אין דברי חיים איז פאר אונז א קולא אין דברי חיים...".
קלאר צו מאכן, כ'האב גארנישט קעגן דעם שיטה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע לגבי מקוה דברי חיים, כ'ווייס אפילו נישט וואס ס'איז און כ'קען נישט קיין מקוואות, און כ'ווייס אויך נישט וויאזוי מען בויעט דא די מקוה. כ'מיין נאר צו זאגן אז ווען מען בויעט אין באבוב א מקוה מיינט עס נישט מיט א ברירות אז מען בויעט עס אזוי, זיי האבן אויך א מסורה.
די מקוה אין די ישיבה קעמפ אין פארקסוויל איז לכתחילה געבויט געווארן מיט די יכולת צו האבן די חומרא, אבער שמעתי אז די רב שליטא האט על סמך די מעשה פון מהרש נישט געוואלט צום סוף אז מען זאל מאכן די חומרא.
די 2 מעשיות האב איך געהערט, אבער נישט מברר געווען, וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט צו הערן
איך מיין אז קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, כשר לכתחילה איז עס לויט יעדן, די שאלה איז נאר טאמער סאיז למהדרין מן המהדרין
פארוואס איז די שיטה פון הרה"ק מסאטמאר מער א חומרא ווי די מהלך פון הרה"ק מקלויזנבורג?
עס איז א מחלוקות וואס די דברי חיים האט געהאלטן.
ליתר ביאור עיין בשו"ת דברי חיים שו"ת דברי יציב ושו"ת דברי יואל