10 חלב ישראל מילך ברענדס און אירע פרייזן

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: 10 חלב ישראל מילך ברענדס און אירע פרייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

לאשתמודעתא האט געשריבן: דינסטאג מארטש 19, 2024 7:10 pm
ווייס נישט אויב ס׳קומט דא אריין, אבער דא האט איר א נישט אזא באקאנטע בריוו פון רבי משה אויף חלב ישראל
דער בריוו איז גגראדע נישט אזוי אן אומבאקאנטער בריוו און די היסטארי פון דעם בריוו לייגט עס אין א פיצי אנדערע פערספעקטיוו
עס איז געווען א איד אין בארא פארק וואס איז אוועק עטליכע יאר צוריק ר' .... האפמאן ז"ל טאטע פון ר אליעזר דוד האפמאן נ"י מוויליאמסבורג ואחיו מקרית יואל נ"י וואס האט געטון אסאך פעולות בימים ההם צוצושטעלן כשר'ע עסן פאר חולי ישראל אין שפיטעלער און אין האומס. איך מיין ער איז געווען דער וואס איז אויפגעקומען מיט די קליינע בילקעס איינגעפאקט אין פלעסטיק וואס גייט נאך אן עד היום ביי פארשידענע בעקעריס און נאך זאכן וואס ער פלעגט טון.
ביי מיימאנידיס שפיטאל האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן קיין חלב ישראל פאר די היימישע פאציענטן ווייל זיי האבן געטענה'ט עס איז פונקט אזוי כשר והא ראי' די או יו געט א השגחה.
איז ער אראפגעגאנגען צו ר' משה און ר' משה האט געשריבן דעם בריוו
אדרבה גלייב מיר נישט און זיי עס אליינס מברר
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”