Re: קאלאנאסקעפי טעסט
אנטשולדיגט אבער דאס איז אן עם הארץ'עס אין מסוכן'דיגער סטעטמענט
אלס איינער וואס האט שוין געהאט מער ווי איין קאלאנאסקיפי און דארכגערעדט מיט דאקטארים די פארשידענע אפשונס פון סקענס אנטשטאט פון א קאלאנאסקאפי
אין כמעט יעדער מענטש וואקסט פאליפס (ווארצלעך) אין די קאלאן, די פאליפס ווען סווערט גרויס האט א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן קענסערעס ל"ע.
די קאלאנאסקאפי איז נישט פשוט א טעסט צו וויסן אויב מ'איז געזונט אדער חלילה נישט, עס איז פראצעדור פון ארויסנעמען די פאליפס ווילאנג ס'איז נאך קליין און אימשעדליך
פונקט ווי א נארמאלער דאקטער וועט ארפנעמען א געוויקס פון די הויט וואס וואקסט גרעסער און נישט ווארטן ביז עס איז א שעדליכע געוויקס, די זעלבע און נאכמער איז וויכטיג אויסרייניגען די קאלאן פון געוויקסען ווען עס איז נאך קליינע געוויקסן
פאר דעם איז עס וויכטיג צו מאכן יעדע פאר יאר געוואנדן אין פאמיליע היסטארי
פארשטייט זעך אויב מען טרעפט א געוויקס וואס איז שוין ל"ע קענסערעס קען זיין א חילוק פון לעבן אדער חלילה די פארקערטע גאוואנדען ווי שטארק עס איז געווען ציוואקסן
דער בורא זאל היטן אבער נארמאלע הישתדלות ברויך מען טוהן