Re: אלעס ארום Robinhood - סטאקס טרעידינג
טעסלא איז בלויז איין נייע אויטא קאמפאני.נייע ניק האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 31, 2024 12:28 pmTSLA Walmart Amazon פארטרעטן נישט עכטע ביזנעסער??ר' יום טוב האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 31, 2024 9:49 amביי די סטאקס וואס פארטרעטן 'עכטע' ביזנעסער יא. ס'נישט זייער אסאך געלט אויפן מינוט, אבער מיט DRIP און וואקסנדע דיווידענדס קען עס זיין במשך השנים פיל מער ווי מ'קען זיך פארשטעלן. ובפרט אז דיווידענד סטאקס זענען יעצט נאך אלץ היסטאריש ביליג קעגן די מארקעט, הגם עס האט זיך שוין אנגעהויבן צו הייבן די לעצטערע וואכן.
כמעט אלע אויטא קאמפאני'ס געבן א דיסענד דיווידענד, און איך האלט אז טעסלא איז אויפן וועג דערצו.. ער דארף קודם ווערן מער סטאביליזירט, אירע סעילס העכער אדער די שעיר פרייז ביליגער.
וואלמארט געבט בעצם א גאר פעטע דיווידענד, עס איז פאר יארן לאנג ביז 5 יאר צוריק געווען פון די שטארקסטע דיווידענד סטאקס. די מארקעט האט דאן געהאלטן אז זי קען מער נישט וואקסן צוליב.. די נייע עמעזאן עפאכע. אבער דאן האט זיך די סענטימענט געטוישט, און זי איז ארויפגעפלויגן אזוי הויעך אז איר דיווידענד איז אויטאמאטיש גפאלן גאר נידריג רעלאטיוו צום שעיר פרייז. (אינוועסטירן אין וואלמארט אום 2015 נאכן נישט שטייגן 15 יאר איז א גוטע עקזעמפל פון סוקסעספולע וועליו אינוועסטן)
עמעזאן סטאק איז נישט נארמאל געפרייזד, איך וואלט מיך געפריידט צו הערן עמיצן סוקסעספול ציען א לאגישע ליניע פון איר סטאק פרייז צו אירע פונדאמענטאל'ס.