די עדס ווערן שוואכער, עקסטרעמער און ווייניגער רעאחיסטיש.
די ערשטע עד האט אפגעשפיגעלט עפעס וואס פאסירט ליידער צו אפט. ער האט אפשר קאנצענטרירט אביסר ארויסצוברענגן די פוינט. די לעצטע צוויי עדס בהתוכן שלהם האב איך נישט געטראפן בדומה להם אויף לינקדין.
איך האב נאך אויך קיינמאל געטראפן די לעצטע, אבער כ'וועל בכלל נישט זיין שאקד אז ס'איז א מציאות, נישטא קיין שום סיבה אז ס'זאל נישט האבן פאסירט, לויט די ענווייערמענט דארט.
-- איבער די סטראטעגיע. קען טאקע זיין ס'איז ווען בעסער ווען ער צייגט נישט אזאנע שארפע סקרינשאטס אז ס'זאל נישט צופיל טשעפען די וואס פירן זיך יא אזוי אויף, אבער פון די אנדערע זייט קען זיין איז בעסער אז מ'צייגט יא די עקסטריעם חלק וואס פאסירט אויף לינקדאין.
אמת אז עס איז דא מענטשן וואס גייען ארויס פון דעם כלל, זיי זענען בטבע טעכנישע מענטשן, און ווערן נישט איבערגענומען פון געפילן, אבער רוב ציבור ובפרט אינגערע אינגעלייט אונטער די דרייסיג ווערן יא נשפע פון וואס מען זעהט אלס א סדר היום.
זבולון ווייסהאט געשריבן:↑פרייטאג אפריל 12, 2024 11:37 am
אמת אז עס איז דא מענטשן וואס גייען ארויס פון דעם כלל, זיי זענען בטבע טעכנישע מענטשן, און ווערן נישט איבערגענומען פון געפילן, אבער רוב ציבורובפרט אינגערע אינגעלייט אונטער די דרייסיגווערן יא נשפע פון וואס מען זעהט אלס א סדר היום.
וואס דידקרימינעיסטו אויף די עלטערע דא?
איך בין שוין היבש מער פון דרייסיג. אסאך מער. פונקטליך וויפיהל וועל איך נישט שרייבן משום גילוי. ר' איד, דער יצר הרע האט נאך נישט אויפגעגעבן, נישט אויף מיר און נישט אויף (רוב) פון מיינע חברים. מיר דארפן אויך כסדר ארבייטן אויף אונזער יראת שמים. דער מלך זקן וכסיל איז נאך פעסט אין ביזנעס.