דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

אנטארקיטיקע, דער ווייסער קאנטינענט מיט אירע ענדלאזע אייזיגע שטחים, קאלטע ווינטן און ביטערע פרעסטן מיט וועמען בלויז א געקליבענעם צאל באשעפענישן קענען זיך אן עצה גיבן, איז געווען דער לעצטער פלאץ איבער'ן כדור הארץ וואס דער מענטשהייט האט אנטדעקט. לאנגע יארן נאך וואס דער ווייטער אמעריקע איז ברייט באוואוסט און באזוכט געווארן דורך אייראפעאישע קולטורן, איז נאך דער רעלאטיוו נאנטער אנטארקטיקע געשטאנען פארהוילן, אומבאטראטן און איגנארירט, מיט בלויזע השערות און טעאריעס אז ערגעצוואו דרום זייט פונעם ערד קוגל געפינט זיך ווארשיינליך נאך עפעס א שטיק לאנד.

אבער כאטש וואס דער קאנטינענט איז בלויז אפיציעל אנטדעקט געווארן אין 1820, זענען אבער געווען מערערע רייזנדער וואס האבן זיך לכאורה געהאט אנגעשטויסן דערין פריער.

אזוי פרי ווי 1675 האט א קאפיטאן מיטן נאמען אנטאני וואן דיאמאן, מעגליך געזען פונדערווייטנס דעם מזרח ברעג פון אנטארקטיקע, אבער די ראיות און עדות דערצו זענען היבש באגרעניצט און אומבאשטעטיגט און רוב היסטאריקער צווייפלען ווי אקוראט דאס איז.

אין 1739 האט א פראנצויזישער רייזנדער מיטן נאמען זשין באפטיסט טשארלס באוועט דע לאזיער, זיך אנגעטראפן אין אן אינזל אינעם דרום אנטלאנטיק אקעאן וואס ער האט א נאמען געגעבן ”באוועט איילענד”. כאטש וואס דער אינזל איז נישט קיין חלק פונעם עיקר לאנד פון אנטארקטיקע, איז עס אבער יא א טייל פונעם שטח וועלט וואס ווערט אנגערופן מיט דעם נאמען, און דעריבער ווערט דאס באטראכט אלס דער ערשטער מאל ווען אנטארקטיקע איז אנטדעקט געווארן.

אין 1773 האט א בריטישער רייזנדער מיטן נאמען זשעימס קוק, געפירט א גרופע רייזנדער דרום זייט פון אנטארקטיקע. ער האט זיך ווייטער נישט באגעגנט מיטן עיקר לאנד, אבער יא גע'טענה'ט אז ער האט געזען פונדערווייטנס אייז בערג און אנדערע סימנים פון לאנד, וואס דאס האט געהאלפן הייבן די שפעקולאציעס איבערן עקזיסטענץ פון א אומאנטדעקטע דרום קאנטינענט. (מער וועגן זשעימס קוק, זעט ווייטער.)

אין 1819 האט א רוסישער עקספעדיציע אין שפיץ פון פאביאן גאטליב וואן בעלינגשוזאן אינאיינעם מיט מיקהעיל לאזאראוו זיך באגעגנט צום ערשטן מאל מיטן עצם לאנד, זייענדיג די ערשטע צו זען מיט די אויגן דעם מזרח ברעג דערפון. אבער זיי האבן פארט נישט באוויזן צו באטרעטן דאס לאנד, און זייער אנטדעקונג איז נישט אזוי אנערקענט געווארן אין זייער צייט.

אין 1820, האט א בריטישער נעיווי אפיציר מיטן נאמען עדווארד בראנספעלד געזען דעם צפון שפיץ פון אנטארקטיקע, און געציילטע חדשים שפעטער האט דער אויבנדערמאנטער רוסישער עקספעדיציע באוויזן גענצליך ארומצוקרייזן דעם קאנטינענט.

דער מערסט באקאנטער רייזע פון צווישן די רייזעס איז ווארשיינליך דער אויבנדערמאנטער זשעימס קוק'ס ערשטער רייזע מיט עטליכע יאר בעפאר דעם אויבנדערמאנטן.
דער רייזע איז אונטערגענומען געווארן אונטערן אויפזיכט פון די בריטישע אדמיראלן, און דער ציל דערפון איז געווען צו אבזערווירן דעם פלאנעט ווענוס אין זיין גאנג פונקט אנטקעגן דעם זון וואס האט געזאלט פארקומען אין 1769. גלייכצייטיג איז קוק אנגעזאגט געווארן צו האלטן אן אויג אויב זיי באגעגענען זיך מיטן אנגעבליכן דרום קאנטינענט וואס זיי האבן געגלויבט אז עס געפינט זיך העכסט ווארשיינליך דארט אינעם אומגעגנט.
דער עקספעדיציע האט זיך ארויסגעלאזט פון ענגלאנד אין 1768, און דער רייזע האט געדויערט כמעט דריי יאר, דורכאויס וועלכע זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין פיל שטרויכלונגען, אריינגערעכנט שווערע ים קרענק און ווילדע שטורעם'ס. ביי איין פונקט איז דער גאנצער שיף אריינגעהאנקערט געווארן אין א פעלז ביים ברעג פון אסטראליע און זיי האבן געמוזט אריינווארפן אלע פעקלעך אין ים אריין כדי דער שיף זאל נישט זינקען.
אבער טראץ די פילע שוועריגקייטן האבן זיי געמאכט עטליכע וויכטיגע אנטדעקונגען, ווי צום ביישפיל דאס אנקערן צום ערשטן מאל ביים מזרח ברעג פון אסטראליע וועמען זיי האבן באלד אנעקסירט אלס בריטישע טעריטאריע און דאס א נאמען געגעבן ניי-דרום-וועילס.
ווי אויך האט דער גרופע געמאכט פארשידענע אבזערוואציעס איבער די פלאנצונגען און באשעפענישן מיט וועמען זיי האבן זיך אנגעשטויסן אויפן וועג, ברענגעגנדיג ערשטמאליגע נוצבארע אינפארמאציע איבער די פארשטויסענע ערטער.
דער עקספעדיציע האט זיך טאקע נישט באגעגנט מיטן עיקר טייל פון אנטארקטיקע, אבער האבן יא באוויזן צו פארשן דעם וועטער און ים געלויף פונעם ארומיגן ראיאן, וואס האט געהאט א גרויסן טייל אין אוועקשטעלן דאס אויסרעכענען אונזער היינטיגע קלימאט סיסטעם.

איינמאל דער קאנטינענט איז אפיציעל אנטדעקט און באשטעטיגט געווארן, האט זיך אנגעהויבן העפטיגע געיעגן דורך פארשידענע לענדער ווער עס וועט זיין די ערשטע זיך צו דערשלאגן צום סאמע שפיץ פונעם דרום פאול און פארכאפן וואס מער שטחים דערפון.

דער געיעג איז געקומען צו זיין קלימאקס אין 1910 ווען צוויי באזונדערע עקספעדיציעס האבן זיך ארויסגעלאזט אויף באזונדערע רייזעס צום דרום שפיץ, זוכנדיג צו פארלויפן דעם וועג איינער פארן צווייטן.
דאס איז געווען ווען דער נארוועגישער גרופע אין שפיץ פון ראאלד אמונדסען האבן זיך ארויסגעלאזט פון נארוועגיע אין ריכטונג פון אנטארקטיקע, בעת דער בריטישער עקספעדיציע אין שפיץ פונעם נעיווי אפיציר ראבערט פעלקאן סקאט האט זיך ארויסגעלאזט פון ענגלאנד.
דער נארוועגישער גרופע איז אנגעקומען קיין אנטארקטיקע אין יאנואר 1911 און אויפגעשטעלט זייער באזע אויף א פלאץ וואס זיי האבן א נאמען געגעבן פראמהיים.
די בריטן האבן בעיקר גערייזט דורכ'ן יבשה, אין די צייט וואס די נארוועגן האבן גענוצט דעם ים. למעשה האבן די נארוועגן דעריאגט די בריטן, זיי פעדערנדיג ביים דרום שפיץ מיט א גאנצן חודש.

נאך דער נארוועגישער הצלחה אין 1911 איז מער ווייניגער שטיל געווארן דער געפארעכץ צום קאנטינענט, ביז'ן צווייטן וועלט קריג, ווען פארשידענע לענדער האבן גענוצט אנטארקטיקע פאר פארשידענע צוועקן, הויפטזעכליך שפיאנאזש.
אין 1959 איז גע'חתמ'עט געווארן דער ”אנטארקטיק טריטי” וואס צווישן אנדערע שטעלט דאס אוועק דעם קאנטינענט צו דינען בלויז פרידליכע צוועקן, פארבאטנדיג סיי וועלכע מיליטערישע אקטיוויטעטן דורך סיי וועמען. און הגם פארשידענע לענדער האבן דערקלערט בעלות אויף געוויסע חלקים דערפון, אריינגערעכנט ארגענטינע, אסטראליע, טשילע, פראנקרייך, ניי זעלאנד, נארוועגיע און ענגלאנד, איז דאס הויפטזעכליך בלויז סימבאליש, און די דערקלערונגען זענען בכלל נישט אנערקענט געווארן איבעראל.

אין 1991 האט דער אויבנדערמאנטער קערפערשאפט, וועלכע פארשרייבט די פראטאקאלן פונעם קאנטינענט, באשטימט א רייע פון ענוויראמענטאלע געזעצן וואס טוען באשיצן דעם קאנטינענט און אירע נאטורליכע עקא סיסטעמען פון ווערן געשעדיגט.

זינט זי איז אנטדעקט געווארן, זענען פילע סיינטיפישע פארשונגען אדורכגעפירט געווארן איבער אנטארקטיקע.
עס שטעלט זיך ארויס אז דער אייגנארטיגער קאנטינענט וואס פארמאגט אין אירע ריזיגע ווייסע טעפיכער בערך ניינציג פראצענט פון די וועלטס אייז, פארמאגט א גרויסער טייל אין פארשידענע מעטעראלאגיסטישע און געאגראפישע ענינים, א שטייגער ווי דער אלוועלטליכער ים שטאפל וואס פארזיכערט אז דער וועלט ווערט נישט פארטרוקנט אדער פארשוועמט, און דער קארבאן סייקל וואס פארזיכערט אז די לופט אינעם אטמאספער פארמאגט די פונקטליכע מזג פון קארבאן דיאקסייד און אקסיזשען אין וואס די וועלט נויטיגט זיך.

לענגאויס דעם קאנטינענט זענען פארהאן מערערע סטאנציעס וועמען'ס אויפגאבע איז צו מעסטן און אנאליזירן די ארטיגע וועטערן, וואס פארמאגן א באדייטנדע השפעה איבערן גלאבאלן קלימאט סיסטעם.

צום שלוס, איז מערקווירדיג ווי במשך טויזנטער יארן האט דער מענטשהייט נישט געהאט קיין אהנונג אז דער קאנטינענט, וועלכע איז שטעלט זיך ארויס אלס העכסט וויכטיג פאר די איבריגע חלק וועלט, עקזיסטירט בכלל. דער רבונו של עולם שטעלט אונז צו אלע געברויכן, אן דעם וואס מיר זאלן אפילו וויסן דערפון, אין א בחינה פון אין בעל הנס מכיר בניסו.
אפשר קען גאר זיין אז די פיש אין וואסער שפרינגען פון גרויס שמחה, און עס זעט בלויז אויס ווי זיי ציטערן?

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

DO_King-Penguins_Gold-Harbour_21A1022_DavidMerron.jpg
DO_King-Penguins_Gold-Harbour_21A1022_DavidMerron.jpg (276.99 KiB) געזען 1410 מאל
DO_GeneralLandscape-DavidMerronIMG_0811.jpg
DO_GeneralLandscape-DavidMerronIMG_0811.jpg (386.72 KiB) געזען 1410 מאל
DO_21A0084_DavidMerron.jpg
DO_21A0084_DavidMerron.jpg (243.19 KiB) געזען 1410 מאל
אפשר קען גאר זיין אז די פיש אין וואסער שפרינגען פון גרויס שמחה, און עס זעט בלויז אויס ווי זיי ציטערן?

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך ליין און איך ליין, און איך שטוין. @בן דרוסאי לאז מיר איבער אן א מוסר השכל?

אבער האסט מיר נישט אנטוישט!...

שטארק און טיף!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

istockphoto-1146417742-612x612.jpg
istockphoto-1146417742-612x612.jpg (33.9 KiB) געזען 1376 מאל
istockphoto-1473284189-612x612.jpg
istockphoto-1473284189-612x612.jpg (34.26 KiB) געזען 1376 מאל
אפשר קען גאר זיין אז די פיש אין וואסער שפרינגען פון גרויס שמחה, און עס זעט בלויז אויס ווי זיי ציטערן?

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

wow wow

זייער שיין און הערליך באשריבן, ש'כח @בן דרוסאי ש'כח!!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

דער איז אייזן!

באגיסט דעם וועלטעל מיט אינטערסאנטע אינהאלט.
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

שכוח פאר דיינע רייכע ידיעות און מיט אזא גוטע טעם


אין זוהר אויפן פסוק ותראה היבשה לשון יחיד
וכד אסיק יבשתא מבין מיא, קרא שמה ארץ. הה"ד, ויקרא אלהים ליבשה ארץ.
סעיף תפו : שבע שמות קרא לה: ארץ. אדמה. גיא. נשיה. ציה. ארקא. תבל.
סעיף תפו : ארץ אחת ממש, הוציאו המים, וממנה נתהוו ז' ארצות
סעיף תפו : גדול שבכולם תבל, דכתיב: והוא ישפוט תבל בצדק.
סעיף רכג : וסליק להאי אתר דאקרי תבל, כיון דסליק סליק לאתר בי מקדשא




אגב אין א אנדערע פלאץ אין זוהר שטייט מער וועגן די וועלט אויסשטעל
ובספרא דרב המנונא סבא פריש יתיר, דהא כל ישובא מתגלגלא בעיגולא ככדור, אלין לתתא ואלין לעילא, וכל אינון בריין משניין בחזווייהו, משינויא דאוירא, כפום כל אתר ואתר, וקיימין בקיומייהו כשאר בני נשא. ועל דא אית אתר בישובא, כד נהיר לאלין חשיך לאלין, לאלין יממא ולאלין ליליא, ואית אתר דכוליה יממא, ולא אשתכח ביה ליליא בר בשעתא חדא זעירא. והאי דאמר בספרי קדמאי ובספרא דאדם הראשון הכי הוא, דהכי כתיב (תהלים קלט יד) אודך על כי נוראות נפליתי נפלאים מעשיך, וכתיב (שם קד כד) מה רבו מעשיך ה', ועל דא כלא שפיר, ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא, ולא למפלגי תחומין, בגין דאיהו רזא עמיקא
לעצט פארראכטן דורך דזשי רי בי אום דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
ראטשילד
שר האלפיים
תגובות: 2129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול


צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]

ללא חשש גילוי.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: דער לעצטער קאנטינענט צו ווערן אנטדעקט, איז געווען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOWOWOWOWOWOW!!!!!
why drink and drive when you can smoke and fly
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”