דער ציגארעטל
אין ישיבה נאך אינג
ביים פענסטער ער שטייט
ער מאכט עס פלינק
ווען א רויעך גייט
בעפאר זיינע טאשן מ'טאפט
א ציגארעטל ער כאפט
עלטערע בחור איז ער
דאך ער שפירט
רייכערן מוז ער
בשעת א קופקע ער פירט
פון וואו נעמט ער כח
פונעם ציגארעטל מיט איר רויעך
א שידוך אָן מ'טראגט
ער איז נערוועז גוט
אבער איין זאך ער פארמאגט
וואס בארואיגן אים ס'טוט
ווען די הויט אים ס'שינדט
א ציגארעטל ער צינדט
די חתונה שוין באלד
אזויפיל דאגות אויפן קאפ
וואו שאפט מען געוואלד
מנוחה א טראפ
ער האלט עס נישט אויס
מיטן ציגארעטל גייט ער ארויס
געבוירן א קינד
צו מזל און צו ברכה
אזוי שנעל און געשווינד
איז ער א ראש המשפחה
צווישן איין ברכה אונעם צווייטן
טוט אים א ציגארעטל באגלייטן
אין גאנצן לעבן אלעמאל
ווען ער האט סטרעס א הויפן
ווען די מצב איז שמאל
ווייסט ער וואו צו לויפן
ווען ער טרעפט זיך אין א פראבלעם
דער ציגארעטל בארואיגט אים
---
ווען ער קען שוין נישט מער
אדער דארף א שטילע קלער
אייביג איז דער ענטפער
דער ציגארעטל, נאר ער
דער ציגארעטל האלט מיט
ווען זיין רויכערער בלוט
צייטן שלעכט און גוט
אויף יעדן טריט און שריט
דער ציגארעטל דערציילן קען
פונקטליך וואס וואו און ווען
נאר צו אים רעדט מען
אבער א רגע, צי וויל ער דען?
ווען וועט דער ציגארעטל
כאפן א ציגארעטל...?
ביים פענסטער ער שטייט
ער מאכט עס פלינק
ווען א רויעך גייט
בעפאר זיינע טאשן מ'טאפט
א ציגארעטל ער כאפט
עלטערע בחור איז ער
דאך ער שפירט
רייכערן מוז ער
בשעת א קופקע ער פירט
פון וואו נעמט ער כח
פונעם ציגארעטל מיט איר רויעך
א שידוך אָן מ'טראגט
ער איז נערוועז גוט
אבער איין זאך ער פארמאגט
וואס בארואיגן אים ס'טוט
ווען די הויט אים ס'שינדט
א ציגארעטל ער צינדט
די חתונה שוין באלד
אזויפיל דאגות אויפן קאפ
וואו שאפט מען געוואלד
מנוחה א טראפ
ער האלט עס נישט אויס
מיטן ציגארעטל גייט ער ארויס
געבוירן א קינד
צו מזל און צו ברכה
אזוי שנעל און געשווינד
איז ער א ראש המשפחה
צווישן איין ברכה אונעם צווייטן
טוט אים א ציגארעטל באגלייטן
אין גאנצן לעבן אלעמאל
ווען ער האט סטרעס א הויפן
ווען די מצב איז שמאל
ווייסט ער וואו צו לויפן
ווען ער טרעפט זיך אין א פראבלעם
דער ציגארעטל בארואיגט אים
---
ווען ער קען שוין נישט מער
אדער דארף א שטילע קלער
אייביג איז דער ענטפער
דער ציגארעטל, נאר ער
דער ציגארעטל האלט מיט
ווען זיין רויכערער בלוט
צייטן שלעכט און גוט
אויף יעדן טריט און שריט
דער ציגארעטל דערציילן קען
פונקטליך וואס וואו און ווען
נאר צו אים רעדט מען
אבער א רגע, צי וויל ער דען?
ווען וועט דער ציגארעטל
כאפן א ציגארעטל...?