געווינען דעם שלאכט - אבער פארלוירן דעם קריג
צו קענען פארשטיין דעם מאפע וואס איך רעדט פון, ביטע מעיין זיין דא: viewtopic.php?p=4636294#p4636294
איינע פון די ווערטער וואס איז אריינגעקומען אין מד"י, וואס בעצם שטאמט דאס פון אראביש, איז דאס ווארט נאחס. דאס מיינט בערך עפעס אזוי: אן אומגינסטיגע געפיל וואס באגלייט א זאך. עס איז יעצט געווארן 6 חדשים פון יענעם שמחת תורה וואס די אראבער ימ"ש האבן אויסגעשחטן עטליכע אין טויזנט אידישע קינדער, מיט די גרעסטע מאס אכזריות וואס איז נאר שייך.
יעדער בר דעת האט פארשטאנען אז מי"מ גייט דא עפעס טוהן וואס זיי האבן נאכנישט געטוהן פארדעם. יעדער ווייסט אויך אז מי"מ קעגן די כאמאס, איז בכלל נישט צו קיין פארגלייך. למעשה שטייען זיי 6 חדשים שפעטער, און זיי זענען נאך היבש ווייט פון א נצחון. און די גאנצע מערכה האט עפעס באקומען אזא ’נאחס’ געפיל. עפעס ווי איינער וואס לויפט אויף א טרעדמיל, ער לויפט און לויפט אבער למעשה קומט ער נישט אן אין ערגעץ.
ווי האבן זיי זיך טועה געווען? (פארשטייט זיך מיליטעריש גערעדט, נישט אלס העברת ה’ וכו).
אזוי ווי איך האב שוין אמאל געשריבן:
באשטייט עזה פון 5 עקסטערע געגענטער, און ’צענדליגע’ שבטים וועלכע ארבעטן צוזאמען בשעת הצורך, אבער זענען זיך ניטאמאל משדך איינער מיטן צווייטן. מיר גייען דאס צוטיילן אין צפון עזה, און דרום עזה.
דרום עזה:
רפיח, חאן ינוס, און דיר אל בלאח.
דארט איז אויפגעוואקסן רובו דרובו פון די חמאס פירער כהיום. דארט וואוינען זייערע משפחות און שבטים.
פון דארט קומט אריין 90% פון זייערע וואפן (דורך די אינטער-ערדישע טונעלן צו מצרים), דורך יענע טונעלן ברענגט מען די מעסעדשעס פון און צו די חאמאס הויפטן אין עזה.
און פון דארט אנטלויפן קיין מצרים, די ראשי החמאס וועלכע ווילן זיך ראטעווען.
צפון עזה:
פון דארט שיסט מען די ראקעטן קיין מד"י. (פשוט ווייל עס איז נענטער)
דארטן האט מען געהאלטן אנהייב רוב משכונות (ווייל עס איז נענטער)
דארט איז די גאווערמענט בנינים און צענטערן,
און דארט איז געווען צענטירט א שטארקע מערהייט פון די חאמאס קעמפער.
תיכף ווען מי"מ האט באשלאסן צו אייננעמען עזה, האבן זיי געדארפט באשליסן אויף וועלכע גייען זיי קודם, צפון אדער דרום.
לאמיר זיך דערמאנען ווי אזוי האט אויסגעזעהן די וועלט מוצאי שמחת תורה: מי"מ האט געהאט א גרינע ליכט פונעם גאנצן דעמאקראטישן וועלט (אקעי, כמעט די גאנצע) צו טוהן כמעט ככל העולה על רוחם. אפילו מצרים אדער אנדערע אראבישע לענדער האבן פארשטאנען אז זיי גייען זיך דארפן פארמאכן זייערע אויגן, אדער אפילו גאר מיטארבעטן.
די חשבון פון די מי"מ מיליטער איז געווען (לכאורה):
א. פליטים
מצרים גייט ארייננעמען די פאלעסטינער וועלכע ווערן פארטריבן פון צפון און דרום עזה. במילא איינמאהל צפון עזה איז ליידיג, וועט דרום עזה איינוואוינער איינזעהן אז דאס מאהל מיינט מען ביזנעס, וועלן זיי אויך אוועקלויפן פון דרום קיין מצרים. און דאס פארגרינגערט היבש די מערכה אין דרום שפעטער.
א1. טראמפ האט געבויעט דארט ריזיגע שטעט דאס קענען אקאמאדירן.
א2. אמעריקא גייט לייגן דרוק אויף מצרים.
א3. מצרים האט א קאנקורענץ מיט קאטאר איבער די אויבערהאנט אין די אראבישן וועלט. און דאס גייט זיי מאכן פאר אן ערענסטער שפילער אינעם שאך ברעטל (pun intended)
א4. מעגליך גאר אז מצרים האט געלאזט פאלן ווערטער וועלכע האבן דאס געגעבן צו פארשטיין פאר מי"מ (אזוי זעהט אויס לויט די הודעות פון יענע תקופה)
ב. ראקעטן
פארן דעת הציבור איז גאר וויכטיג געווען צו זעהן ווי אזוי די ראקעטן געפליאכטס ווערט אפגעשטעלט.
ב1. ביי יעדע מערכה פלעגט חמאס ווייזן זייער ’כוח’ דארך אריינשטעלן האלב מי"מ אין בונקערס.
ב2. אפצושטעלן די ראקעטן האט מען נישט מצליח געווען אין קיין מערכה ביז יעצט, און דאס גיבט א געוואלדיגן נצחון בילד.
ג. משכונות
צו קענען ראטעווען ווי מער משכונות, דארף מען דאך גיין ווי זיי זענען באהאלטן.
ד. סימבאלישע פלעצער און מיליטער.
איינמאהל מ’נעמט איין די סימבאלישע פלעצער, די מיליטערישע הויפטקוואטירן, און מ’הרגט אויס א גרויסע מערהייט פון די קעמפער (וועלכע זענען במילא סטאנציערט אין צפון), וועט שוין דרום גיין היבש גרינגער.
פאר די, און פאר נאך סיבות האבן זיי באשלאסן צו גיין קודם קיין צפון.
ווי האבן זיי זיך פארעכנט?
1. מצרים.... אוי האבן די מצרים אונז שוין געפייניגט, נאך ביי עבדים היינו.
מצרים האט געזאגט לא מיט א’ רבתי. במילא זענען זיי געבליבן סטאק מיט די אלע פליטים אין דרום, דאס האט פארשטייטערט די מערכה 10 מאהל שטייטער (אויב נישט מער). און יעצט האבן זיי אן ערענסטע פראבלעם איינצונעמען רפיח, קענען זיי נישט ארומרינגעלען חמאס פון אלע זייטן.
2. משכונות.
צוליב תירוצים שונים ומשונים, האבן זיי נישט מצליח געווען צוריקצוברענגען נאר גאר ווינציג משכונות. און דאס האלט גאר שטארק צוריק די מיליטער, און קלאפט דאס מאראל שרעקליך.
העטעך פעטעך, לו יצויר ווען מי"מ וואלט ווען דעמאלטס געוויסט אז מצרים לאזט נישט אריין קיינעם:
וואלט דאס געגאנגען מיט די סטעפס:
1. קודם אריין אין דרום (די וועלט וואלט זיי נישט געקענט אפשטעלן דאן), און געשיקט די פליטים קיין א-זהרא געגענט.
2. אריין פון וואדי עזה און אראפגיין לינקס (דרום זייט - אנשטאט וואס זיי האבן יעצט געטוהן - אריין פון דארט און געמאכט א רעכטס)
3. נאכן סקיורן די גרעניץ מיט מצרים און אויסזויבערן רפיח, חאן ינוס און דיר אל באלאח, זיך נעמען אויף צפון געהעריג. (און יא, עס וואלט געווען ראקעטן בשעת מעשה. און יא, פאר 3 חדשים וואלט מען ווען געווען נאדל-פאקוסט אויף דרום)
4. אפמאכן מיט לאקאלע שבטים: ווער עס נעמט זיך אינטער צו פירן זיין אייגענעם געגענט ככל אשר לבו חפץ, קען צוריקקומען מיט זיין שבט קיין דרום. און אנפילן צוביסלעך קליינע געגענט ביי קליינע געגענט, איינס אויף אמאל.
און יא, זיי וואלטן ווען געווען חאמאס סימפאטער, און בכלל נישט אוהבי ישראל. אבער דאס צוברעכט די חאמאס קאנטראל. יעדער ראש השבט ווייסט: ווי בעסער ער לעבט מיט מי"מ, באקומט ער באלדיגע הילף מיט אלעם. סיי מיט עסן, סיי מיט אויפבויען צוריק זייער געגענט. ווען איין ראש השבט זעהט אז דער אנדערער איז שוין צוריקגעגאנגען, און אין יענעם געגענט זעהט בכלל נישט אויס ווי א מלחמה האט דא אמאל פאסירט, דאן וואלט ער דאס אויך געוואלט.
5. דאן זיך נעמען איבער צפון, און איבערשפילן דעם זעלבן שפיל.
וואלט זיך דאס זיך בעסער אויסגעארבעט? איין באשעפער ווייסט.
יעצט שטייט מי"מ ביים געווינען דעם שלאכט, אבער פארלוירן דעם קריג.
הערה: איך בין נישט קיין מיליטערישע מבין, ב"ה אין מיין לעבן נישט געדינט אין קיין מיליטער. אבער פאר די לעצטע 20 יאר האב איך באקומען א האבי צו פארשטיין דעם אראבישן קולטור, מהלך המחשבה, און אינערליכע קאנפליקטן.
זיי גייען אן מיטן זעלבן מהלך זייט ישמעאל האט אויפגעשטעלט זיין אייגענעם פאלק.
א חבר מיינער האט מיר אנגערופן איין טאג: האסט געהערט אז מי"מ האט גע’הרג’ט איינעם סלאח על עארורי? פרעג איך אים: וואס זיכט ער אין עזה? ער וואוינט דאך און אפארירט דאך אין לבנון??
זאגט ער מיר: דו ביסט לכאורה דער איינציגסטער היימישער משיגענער וואס ווייסט ווי ער וואוינט, אבער דו ווייסט נישט אז מ’האט אים געהרגט... נ.ב. מ’האט אים טאקע געהרגט אין לבנון.