די מעשה פון @א שטיק געפיל דערמאנט מיר א ענליכע אמת׳ע מעשה פון א חבר מיינער וואס גלייבט קיינעם, נאר ווער עס פארציילט קאנספיראציעס.
ביים ליקוי האב איך אים געטראפן און געפרעגט צו ער איז שוין געוועהן אינדרויסן און געזעהן די וואונדער. ער קוקט מיר אן מיט א מאדנע קוק און פרעגט, ״מען קען עפעס זעהן?״ די האסט די ברילן?
״אודאי קען מען זעהן״ זאג איך. פארוואס נישט?
ער זאגט מיר ״איך האב נישט געקויפט די ברילן, איך האב געהאלטן אז די גאנצע זאך איז א סקעם״.
״ווער וויל דיר דען דא פארנארן?
״איך ווייס נישט, אבער איך גלייב גארנישט וואס ״זיי״ זאגן״
למעשה האבן מיר שיין פארברענגט אינדרויסן, ווען ער באנוצט זיך מיט ״מיין״ גלעזער.
בשר ודגיםהאט געשריבן:↑זונטאג אפריל 14, 2024 1:22 am
אין סלאנים פארציילט מען אזא מעשה'לע, אין א שטעטל אינדערהיים האבן געוואוינט צוויי חשובע אידן א חסיד און א מתנגד, ביידע פון זיי האבן געמאכט גאר א דערהויבענע און ערנסטע הכנה אויף יו"ט, געלערנט גאנץ הל' פסח, און נזהר געווען פון יעדע חשש חמץ, ס'געקומען ליל הסדר און דער מתנגד גייט און עפנט די טיר ביי שפוך חמתך, דערזעהט ער ביים טיר שטייט א אלטער איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, זיין פנים שיינט ווי די זון, ער ווערט מוראדיג נתרגש, מוז זיין אז פון הימל האט מען געזעהן זיין גרויסע עבודה וויאזוי ער האט זיך מכין געווען אויף יו"ט, און מ'האט אים מזכה געווען נישט מער נישט ווייניגער נאר מיט 'גלוי אליהו', ער געבט אים שלום און דער אלטער איד געבט אים צוריק שלום ונפרדו לשלום... ווידער דער חסיד ס'קומט שפוך חמתך ער גייט צום טיר און זעהט דארט שטייט א אלטער מיט א ווייסע לאנגע בארד, הייבט ער אהן צו שרייען אויף אים 'דו גנב איינער, שעמסט דיר נישט?!.. האסט געמיינט ווייל היינט ביינאכט איז די טיר אפען וועט דיר געלונגען זיך איינצוברעכן ביי מיר אינדערהיים?... ווער אנטרונען פון דאנעט, אבער שוין'!!... והמבין יבין
קען איינער מסביר זיין
די מתנגד האט זיך געפילט מורא׳דיג גוט מיט דעם אז ער האט געהאט גילוי אליהו די חסיד האט פארשטאנען אז דאס איז די ייצר הרע וואס לייגט אים א פאסטקע צו באקומען אביסעלע ישות
איך האלט נישט אזוי ווייל אזוי האב איך מחליט געווען , נאר ווייל אזוי פארשטיי איך….
געווען א בחור אין די יארן וואס איינער האט איהם גע'עצה'ט צו בעטן פאר אפיקומן צו ווערן א חתן, האט ער געזאגט אז דאס איז די לעצטע זאך וואס ער גייט בעטן פאר אפיקומן, ווייל ער ווייסט אז וואס מ'בעט פאר אפיקומן באקומט מען נישט פאר פינעף יאר.
זיין ברודער די בר מצוה בחור האט זיך צוגעכאפט דערצו און אויסגענוצט די געלעגענהייט צו בעטן א שידוך, פינעף יאר? פונקט גוט! די טאטע האט אים געפרעגט אויב אזוי פארוואס האסטו נישט געבעטן ביי די אכט יאר אז דו ווילסט בר מצוה האבן?
With gratitude to Hashem and with much Bracha I would like to inform you that after lots of Harvanya, I have finished the entire Shas! I want to thank my wife for constantly giving me the push and encouraging me to do it. Now I'll be cleaning the second part of the shelf, Siddurim and Chimushim!